בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגח' שבט תשפ"ו1/26/2026

באריכט
מאנטאג בשלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה גאלדשטיין הי"ו.
- פתיחה: הרה"ח ר' משה בר"י פאלקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
- בעל קורא: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- כהן: הב' יואל משה ב"ר חיים ראובן שעהנברוין הי"ו (קר''י).
- לוי: הרה"ח ר' שלמה אליעזר גליקמאן הי"ו (ב"פ).
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' יוסף דוב ראזענפעלד הי"ו (קר''י).
- גלילה: הרה"ח ר' יעקב דוד קאסטן הי"ו.

נאכן דאווענען זענען די פילע געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש אריבער זיך געזעגענען.

פארנאכטס ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה גאלדשטיין הי"ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:25 האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 510