בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגד' שבט תשפ"ו1/22/2026

באריכט
דאנערשטאג בא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד.
בעל תפילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו.

- פתיחה: הרה"ח ר' יחיאל מיכל אייזענבערגער הי"ו (שיכון סקווירא).
- בעל קורא: הר"ר יואל הערש ראטענבערג שליט"א (וומסב''ג).
- כהן: הרה"ח ר' רפאל דוד ג'ברא הי"ו (קר"י).
- לוי: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו (קר"י).
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.
- גלילה: ר' ישראל אברהם רובין הי"ו (מאנסי).

נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער הרה"ק רבי משה לייב מסאסוב זיע''א וואס איז געווען די יארצייט.

פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד פארקאש הי"ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:25 האט מען געדאווענט מעריב.
נאך מעריב האבן שלום גענומען תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' מיט זייערע ראשי הישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א און הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א וועלכע זענען געקומען וויילן אויף שבת בצל הקודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️