בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ב טבת תשפ"ו1/11/2026

באריכט
זונטאג וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע

ארום 8:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר ראובן אליעזר שווארטץ הי"ו (מאנסי).
בעל תפילה: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו.

נאכן דאווענען איז דער ציבור וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש אריבער זיך געזעגענען. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.

פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:10 האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הר"ר יואל עקשטיין שליט"א.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️