בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday26 Teves 57861/15/2026

Report
שב''ק פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס

ערש''ק נאכמיטאג פאר די שקיעה הנראית ארום 3:50 האט זיך דער רבי פורש געווען ממלאכה כמנהגו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד זיך מתעטף געווען מיטן טלית און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' משה מנחם דאסקאל הי"ו (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 7:10, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

ארום 9:30 האט מען געעפענט די טיר בביתו נאוה קודש צו די זמירות ודברי תורה.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הרה"ח ר' צבי ארי' אייזנבאך הי"ו (לעיקוואד).
- מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויאמר אליהם מלך מצרים למה משה ואהרן תפריעו את העם ממעשיו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון המקדש במלוה.

- קה אכסוף: הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א (קר"י).
- ברכת המזון: נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט''א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פונעם הייליגן רמב"ם זיע''א וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג כ' טבת.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' משה יוסף צענווירטה הי"ו (ב"פ).
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מיכאל סרוסקי הי"ו (ביתר).
מען האט געענדיגט ארום 10:55.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם חיים ליכטנשטיין הי"ו (וומסב''ג).
צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
פארן ליינען איז פארגעקומען דער אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל יעקב לעפקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' דוד אונגער הי"ו (מאנטרעאל).
- בעל קורא: הר"ר יואל עקשטיין שליט"א (קר"י).
עליות:
- כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו (קר"י).
- לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
- שלישי: הר"ר אברהם יצחק כאירה שליט"א (קר"י).
- רביעי: הרה"ח ר' שלום זושא קעסלער הי"ו (וומסב''ג).
- חמישי: הרה"ח ר' יוסף נטע טעללער הי"ו (וומסב''ג).
- שישי: רבינו שליט''א - דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יוסף מאסרי הי"ו (קר"י), דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
- שביעי: הרה"ח ר' יוסף מאסרי הי"ו.
- אחרון: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו (קר"י).
- מפטיר: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' משה יוסף צענווירטה הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' מיכאל סרוסקי הי"ו.

- מוסף: נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' צבי ארי' אייזנבאך הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:20, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

רעוא דרעווין


דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:30.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא צבי געשטעטנער הי"ו (קר"י).
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום משה עקשטיין (קר"י).
- כהן: הרה"ח ר' יעקב גראס הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הב' ירמי' מאיר ב"ר זלמן יוסף גאלד הי"ו (קר"י).
- שלישי: הרה"ח ר' משה זילבערשטיין הי"ו (וומסב''ג).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הר"ר אברהם יודא לעבאוויטש שליט"א (קר"י).

זמירות ביי של''ס האט דער רבי האט מכבד געווען.
- אודה: נכדו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וירא אלקים את בני ישראל וידע אלקים' און געטייטשט אז ווען א איד געפינט זיך בשפל המצב און איז נישט זוכה צו הערן די בת קול היוצאת מהר חורב בכל יום, וואס די בת קול ברענגט אריין א הרהור תשובה אין יעדע איד וואס הערט עס, איז אבער דא א עצה צו מתפלל זיין צו הקב"ה און מרבה זיין בתחנונים און בעטן אז מען זאל זוכה זיין צו הערן די בת קול און מעורר ווערן צו תשובה, און מאריך געווען מיט דברי התעוררות לימי השובבים און מעורר געווען צו מרבה זיין בתפילה ותחנונים און אמירת תהילים און אזוי וועט מען זוכה זיין צו הערן די בת קול און מעורר ווערן צו תשובה שלימה.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו (קר"י).
- קל מסתתר: הרה"ח ר' משה זילבערשטיין הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

- מעריב מוצש''ק הרה"ח ר' הלל אלימלך שפיטצער הי"ו (וומסב''ג).
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:40.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️