זונטאג פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה יוסף קליין הי"ו (מאנסי) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אברהם חיים היימאן הי"ו.
- ב"ר ארי' שפיטצער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ח פסוק ט'.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי צוריק אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום מסיבת לחיים רבתי לרגל שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו החתן הרב חיים הערש רוקח שליט"א ממציוני תלמידי הישיבה בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, בר מצוה בחורים, און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה.
עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א און הרה"ג ר' שרגא פייוול זינגער שליט"א רב דביהמ"ד תפארת שמואל אלכסנדר וומסב''ג.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז ביי א שידוך וואונטשט מען מזל טוב 'טוב' איז בגי' י"ז דאס זעלבע ווי דער שם אהו"ה וואס קומט פונעם פסוק ו'אבא ה'יום א'ל ה'עין, און איז דער שם פון קפיצת הדרך, ביי א שידוך דארף מען האבן קפיצת הדרך, און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים אז מען זאל 'שנעל' א חתן ווערן, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט דער חתן געזאגט דאס פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 1:00.
ארום 2:00 איז דער רבי אנגעקומען בבנין הת"ת 'בנין קליין' ווי עס איז פארגעקומען די מעמד 'התחלת לימוד משניות' דורך די אריבער 500 תלמידי כתה ג' פון אלע פיר סניפים פון מוסדות קרית יואל.
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד אנגעפירט דורך די מנהלים הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א, הר"ר פישל קויפמאן שליט"א, און הר"ר יואל האלפערט שליט"א.
דער רבי האט געטראנקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר די הנהלת המוסדות, פאר די אייניקלעך, און פאר אלע מלמדים און קינדער, און משמיע געווען קורצע דב''ק וברכה ארויסברענגענדיג די חשיבות פון לערנען משניות און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר אלע מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין ביי כ''ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א בבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אברהם בנימין קרויס הי"ו בשכונת חתם סופר אין קרית יואל המורחבת, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בסיפורי צדיקים לבית צאנז און דזיקוב, האדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז די קאר.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 6:45 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד בית חיים דוד דקהלתינו הק' בשכונת פרי מגדים אין קרית יואל המורחבת צום שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פונעם דומ"ץ הביהמ"ד הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א בן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט.
עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בדברי תורה מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן דיין שליט"א, פאר בנו הרה"ג דומ"ץ הביהמ"ד שליט"א, פארן חתן און די מחותן, און פאר אלע מתפללי הביהמ"ד, און דערנאך משמיע געווען דב"ק בשבח פון די תושבי השכונה ומתפללי הביהמ"ד און מעורר געווען איבער די אחריות וואס ליגט אויף יעדעם בפרטיות צו זיכער מאכן אז די ביהמ"ד בלייבט א ערליכע חסידיש'ע ביהמ"ד סיי שבת און סיי אינדערוואכן ווי עס פאסט פאר א סאטמאר'ע ביהמ"ד, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיט די גאנצע אויבנאן און דערנאך עקסטער מיטן חתן, און דערנאך אין א לענגערע ידידות'דיגע טאנץ מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 7:10.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אברהם קליין הי"ו און הרה"ח ר' ישראל טובי' ווייסמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' חיים יעקב גלויבער הי"ו און הרה"ח ר' אלי' מאיר טרעגער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה קטנה סניף דברי חיים און האבן איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א גרויסן סכום לטובת קרן קרית יואל, דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו און פארטיילט ספרו לב אהרן פאר אלע בחורים, און דערנאך אנגעוואונטשן פאר מנהל הישיבה הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א און פאר די חברי וועד הרחבת גבולי העיר.
אויך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' ישראל בנציון ווערצבערגער הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הר"ר מאיר זאלדאן שליט"א און הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ.
- הרה"ח ר' יואל ברא"ט קויפמאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ע וויינשטאק הי"ו.
נאך די תנאים'ס האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט בביתו נאוה קודש ביי די נייע זאל וועלכע ווערט געבויעט צו קענען מאכן תנאים'ס און שבת שבע ברכות פאר ביליגע פרייזן אין צוגאב צו די יעצטיגע צוויי תנאים זאלן.
עס איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויטש שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' לייבוש הורוויץ שליט"א בן האדמו"ר מסטריזוב שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
