בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגט"ז טבת תשפ"ו1/5/2026

באריכט
מאנטאג פרשת שמות.
היינט נאכמיטאג אום 2:23 נאכמיטאג האט זיך געהויבן די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פונעם טיטער-בארא לופטפעלד אויפן וועג צום עיר הנופש פאלם ספרינגס קאלעפארניע.

צוליב א אומגעראכטענע סיבה איז געווען א פארשפעטיגונג און דער פליגער האט געלאדענט אינעם ארטיגן עירפארט אום 5:35 (קאליפארניע צייט).

דער רבי האט תיכף אינעם עירפארט געדאווענט מנחה און באלד דערויף מעריב, און דערנאך צוגעפארן א וועג פון פינעף מינוט לביתו נאוה קודש, ווי דער רבי וועט וויילן אויף מנוחת הנפש די קומענדיגע 3 און א האלב וואכן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע