בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday11 Teves 578612/31/2025

Report
דינסטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחיאל רובין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור בן הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א, מנהל הישיבה.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאך שחרית ארום 12:40 איז דער רבי אנגעקומען צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון נכדו החתן בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א וואס קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול אין קר"י.
ביים אריינקומען אין אהל האט דער רבי געצינדען לעכט ביי די ציונים פון רבותיה"ק בעל דברי יואל בעל ברך משה זיע"א און ביים ציון פון אמו הרבנית ע"ה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה המיוחס צום הייליגן ישמח משה זיע"א און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש, און דערנאך געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט ווען בשעת מעשה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות. און דער רבי האט זיך משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
בעל תפילה: הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א.
פתיחה: הר"ר אנטשיל ווייס שליט"א.
בעל קורא: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
מפטיר: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד דינוב קר"י.
גלילה: הב' משה ב"ר אהרן יוסף בערגער הי"ו.

ביים זמן ר"ת ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מעריב.

אום 7:00 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב"ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. ביים אנקומען קיין וומסב"ג איז דער רבי ארויף אויף א מסיבת לחיים אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' שלמה זלמן פעדער הי"ו לרגל זיינע פילע לייסטונגן און גיגאנטישע נדבות למוסדות רבינו די בכל אתר ואתר, ובפרט זיין גרויסע נדבה לטובת דעם גמר המקח פאר א שטח רחבה צו בויען א נייע ביהמ"ד מפואר דקהלתינו הק' בשכונת זרע קודש אין קרית יואל המורחבת.
עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס און דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' שלמה הי"ו ומשפחתו און פאר זיין חשובן שווער הרה"ג ר' חיים לייב לעבאוויטש שליט"א און פאר די אנדערע נדבנים ואישי הציבור הרבני הנגיד ר' יואל ברא"ש שווארטץ הי"ו און הרבני הנגיד ר' יחזקאל בר"א בראך הי"ו און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי געגעבן א מתנה פאר ר' שלמה הי"ו א לעדערנע ספר לב אהרן, מען האט געענדיגט ארום 9:00 אזייגער.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:15 ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה דורך מתפללי ביהמ"ד תפילה למשה דקהלתינו הק' ב"פ, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות און געטרינקן לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס מיט הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב הביהמ"ד, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר אלע מתפללי ביהמ"ד.

אויך איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו הילד יצחק טובי' רובין ני"ו בן הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א. דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן דאס קאפל און די ציצית, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א אינאיינעם מיט אביו הגה"צ רבי שמואל צבי שליט"א מאלכסנדר און חמיו הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א מאיהעל מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת קישור החיתון פון בתו הכלה, עב"ג החתן נכד רבינו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער דעם גרויסן יחוס פונעם שידוך און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די חשוב'ע זיידעס, פארן מחותן, און פאר די כלה און די גאנצע משפחה.

נאך די זמני כניסה ארום 1:10 איז דער רבי אנגעקומען צום שמחת הווארט ומסיבת לחיים בבית המחותן לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכדו החתן הרב חיים הערש רוקח שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א, עב''ג הכלה בת הרה''ג רבי יוסף יעקב שרגא פייוול זינגער שליט"א, רב דביהמ"ד תפארת שמואל אלכסנדר וומסב"ג, בן הגה"צ אבד"ק ור"מ אלכסנדר שליט"א, חתן הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א מאיהעל, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה.
מען האט מקבל קנין געווען און דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן חתן און מחותנים, פאר די חשוב'ע זיידעס, און פאר די גאנצע משפחה, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.
ארום 1:30 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️