דאנערשטאג פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים יוסף זאב גליק הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ח פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך בבית אופה המהודרת דקהלתינו הק'.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 און מעריב ביים זמן ר"ת בביתו נאוה קודש. און פאר מעריב געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הגה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זיע''א.
נאך מעריב ארום 6:15 איז דער רבי אנגעקומען אינעם בנין הבית רחל 'בנין לאה אסתר' ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די הילולא קדישא אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתינו הק' ישיבה גדולה ויואל משה פון ב"פ, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, און דער רבי האט מכבד געווען דער ראש ישיבה הגה"צ ר' חיים יעקב רובין שליט"א אבד''ק ציעשנוב צו פארציילן סיפורים פונעם בעל הילולא זיע''א.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' דוד שלמה טייטלבוים שליט"א מנהל הישיבה.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען און דערציילט עטליכע סיפורים פונעם בעל הילולא זי"ע און ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא זיע''א און מסיים געווען בברכת קדשו.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק ציעשנוב שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 7:40.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:50 ביז 1:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:10 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' הערש אלימלך רובינפעלד הי"ו און הר"ר יוסף הערש בנעט שליט"א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
