דינסטאג פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר שמעון דוב בראנסדארפער הי"ו. - ב"ר יואל פעקעטע הי"ו. - ב"ר יואל בר"א ווייס הי"ו. דערנאך האט דער רבי געצינדן ליכט לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק המגיד ממעזריטש זיע''א
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק פאגעל הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און דער בעל ברית בהיכל הביהמ"ד.
ארום 3:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה איז דער רבי אראפ אינעם זאל בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א פאר די תלמידי ישיבות דרך התורה און שביל התורה וועלכע שטייען בראשות הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ און זיך געוואשן צו די שבע ברכות, במשך די שבע ברכות האבן די מנהלים הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א און הר"ר יואל ניימאן שליט"א פארגעשטעלט פארשידענע שאלות פאר רבינו שליט"א בעניני השקפה און חסידות וואס זענען נוגע פאר בחורים און דער רבי האט משיב געווען און אויסגעשמועסט די ענינים בטוב טעם ודעת, דערנאך האט משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו אויפגעטרעטן מיט א דרשה און ארויסגעברענגט די הכרת הטוב וואס אלץ א טאטע פון א בחור אין איינע פון די ישיבות האט ער א ספעציעלע הכרת הטוב פארן רב שליט"א וועלכע לייגט אריין אזויפיל כוחות אין די ישיבה, טראץ וואס דער רב שליט"א איז א פארנומענע מענטש און האט מוסדות אין ישיבות פון טויזענטער קינדער און בחורים אין וומסב''ג אבער דאך גיבט דער רב אוועק אזויפיל צייט און שאפט אליינס די ריזיגע סכומים פאר די ישיבות להרמת קרן התורה.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק א דרוש בעניני נשואין, און ממשיך געווען מיט הדרכה ומוסר בנוגע לימוד התורה, יגיעת התורה, עבודת התפילה, נזהר זיין במידת האמת, ערליכע ניגונים, און נאך פארשידענע ענינים, און מסיים געווען בברכות לרוב.
דערנאך האט הר"ר שלום יעקב וואזנער שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות לכבוד די שמחה. - ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. - ברכות ראשונות: הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א. - ברכה אחריתא: הר"ר יואל ניימאן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:30.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.