בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ז אדר תשפ"א3/1/2021

באריכט
באריכט חגיגת הכנסת ספר תורה #3

ועשה אותו יום משתה ושמחה
וישא אהרן את ידיו על העם ויברכם
וידבר אלי זה השלחן אשר לפני ה'

נאך מנחה איז צוגעשטעלט געווארן די סעודות לגמרה של תורה פארן ברייטן ציבור עקסטער פאר 'אהבת קדומים' אין די פאליש שע"י ביהמ"ד הגדול פאר די אברכים ובעלי בתים אינעם מבצר הכוללים פאר בחורי חמד אינעם היכל התורה, במשך די שעה זענען די רבבות ישראל אריבער וואונטשן ברכת מזל טוב פארן גרויסן בעל שמחה רבינו שליט"א ווי די שורות האבן זיך געצויגן אין גאס ביזן 'חדר דוד' ווי די אידן זענען אריין מיט א הייליגע ציטער וואונטשן מז"ט.

ביים זמן מעריב האט מען געדאווענט מעריב ברוב עם אינעם היכל הביהמ"ד בשעת מען ווארט מקבל פנים צו זיין די גרויסע בעל שמחה ומנהיג העדה, נאך מעריב האט אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות לכבוד שושן פורים הרה"ג ר' אברהם מדרכי מאלך ארום 7:30 איז די רבי ערשינען אינעם ביהמ"ד ווי מען האט זיך נאכאמאל ארויסגעלאזט אין פייערדיגע רוקידין בשמחת התורה די רבי האט זיך געוואשן צום סעודה לגמרה של תורה וסעודת שושן פורים במשך די סעודה האט די בעל מנגן ר' ישראל אדלער משמיע געווען ווארימע דברי חריזון לכבוד התורה,

ביי די דב"ק נאך לענגערע דברי דרוש ופלפול בעניני הכנסת ספר תורה האט די רבי נאכאמאל מתפלל געווען א הארציגע בקשה "אנא ה' הושיעה נא, אנא ה' הצליחה נא" אז מזאל קענען זיצן בבית ה' כל ימי חיי, און עוסק זיין בתורה, און א בקשה אויף די קינדער און אייניקליך "ויהיה זרעי וזרע זרעי תלמידי חכמים". "הנטפל לעושי מצוה הרי הוא כעושה מצוה" דערנאך האט די רבי געזאגט אז די אלע באטייליגטע זענען אזויווי די עושי מצוה און אלע ברכות וסגולות וועט אויך חל זיין לנטפל לעושי מצוה, דערנאך האט די רבי דערמאנט די שווער יאר וואס איז דורך פאר כלל ישראל וואס האט זיך אנגעהויבן א יאר צוריק און ארויסגעברענגט לשבח די מסי"נ פון אידן מקיים צו זיין די מצוות, לערנען און דאווענען מיט מנין, טראץ אלע שוועריקייטן וואס מהאט פארשפארט די בתי מדרשות, ישיבות, בתי חינוך לבנים ולבנות, ווי די רבי האט געזאגט מיט א קול געשטיקט פון טרערן "..כגעדענק איך בין אריינגעקומען אין דעם בנין אין יענע שווערע זמנים סגעווען פארשפארט כהאב מיר ציוויינט דא אין ביהמ"ד דאווענען יעדן טאג 2000 אידן שחרית מלערנט מדאווענט, תורה עבודה גמ"ח, 'איך בין אריינגעקומען אין ביהמ"ד סאיז געווען פארשלאסן און פארזיגלט "דאס הארץ האט געריסן" נאך א יאר צייט דארף מען ארויסברענגן לזכות פון אידישע קינדער וואס האבן מקיים געווען די מצוות ה' במסי"נ, און דערנאך געוואונטשן לענגערע ברכות קודש בפרט פאר די אידן וואס דארפן געהאלפן ווערן מיט זרע של קיימא מקושר צו עניני הכנסת ספר תורה.

דערנאך האט ר' ישראל אדלער נאכאמאל פארגעזונגן דברי חריזון איבער די מנחת בכורים וואס איז געשאנקן געווארן פארן רבין לקראת יום שמחת לבו פון אזויפיל ווי אריבער "זעכציג טויזענט שעות רצופות" פון אלפי בחורי אנ"ש די בכל אתר ואתר, קבלות טובות פון אריבער "צוויי אהאלב טויזענט" תשב"ר פון כתות ו' ז' ח' במוסדותינו הק', קבלות טובות פון אריבער "פינעף טויזענט" תלמידי בית רחל במוסדותינו הק' -וואס איז געשאנקן געווארן אלס מנחת בכורים פאר אבינו רועינו הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל יום שמחת לבו בחגיגת "הכנסת ספר תורה"
די שענסטע מתנות צו שענקן פארן צדיק -לשמוח בשמחתו ולהחיות נפשו הטהורה- וועלעכע לערנט און חזרט די תלמידים כסדר "תורה תורה וקבלות טובות"!!!
דערנאך האט די רבי משמיע געווען דברות קודש -ביי די דב"ק האט די רבי דערמאנט די גרויסקייט פון די מתנות פון די תלמידים הקראוים בנים, און מכבד געווען אלע אידן וואס האבן שוין מקיים געווען "מצוות כתיבת ס"ת" צוזאמצונעמען געלט פאר קופת רבינו 'אבני חסד' ווי יאר יערליך ביים שושן פורים טיש, דערנאך האט די בדחן הרב אברהם מדרכי מאלך נאכאמאל אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות.

אשרי עין ראתה את כל אלה!!!אשרי לנו!! וואויל איז אונז!!
אשרינו מה טוב חלקינו צו זיין א חלק פון אזא קהילה!! מיט אזא רבי!!
"אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו"

"עליונים ששו ותחנונים עלזו בקבלת תורה מסיני"

מי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו

יהו"ר שמשחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 928