דאנערשטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' יוסף אלי' סאמעט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' יואל ברש"ח מענדלאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם עמרם מארקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' בערל מאשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור און די בעל ברית בחדרו הפרטי.
קול צהלה ורינה שפתינו אז תרננה - שישו ושמחו בשמחת רבינו
שמחת החתונה פון הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
בת לנכדו הרה''ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט''א מו''ץ בקהלתינו בן הגה''צ מבארדיוב שליט''א, חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק ב''פ שליט''א.
עב"ג הבה"ח הרב אלטר יצחק שליט"א ממציוני תלמידי ישיבתינו הק' בקרית יואל בן הגה"צ ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א אבד"ק שערי תפילה קרית יואל יצ''ו.
בן הגה''צ יחיאל אשר פאנעט שליט''א אדמו''ר מקארלסבורג מאנטרעאל.
חתן הגה''צ ר' יושע העשיל וואגשאהל שליט''א אב''ד יאסלא מאנסי, בן הגה''צ ר' שמואל חיים ראובן זצ''ל, בן כ''ק הגה''צ ר' אלטר יעקב יצחק מ'לאנצהוט זצ''ל
וחתן הגה"צ ר' מנשה מאיער שליט"א אב"ד גרינוויל יצ''ו.
נאכמיטאג ארום 1:45 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג אריין קיין וומסב''ג, ווי דער רבי איז אנגעקומען ארום 3:00 און אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.
ארום 4:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג אין ביהמ"ד הגדול ווי דער דער רבי האט געדאווענט מנחה, אויפן וועג צו מנחה איז דער רבי אדורך אינעם היכל התורה און זיך אומגעקוקט אויף די פילע לומדים מיט א שטארקע קורת רוח.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו.
נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי רבינו שליט"א ביום החופה.
דערנאך ארום 5:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול. מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און בדחנא דמלכא הרב מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה און די דערהויבענע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה.
ביים קבלת פנים האבן זיך משתתף געווען צווישן אנדערע כ''ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, כ''ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב''ג שליט"א און כ''ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא וומסב''ג שליט"א.
במשך דעם קבלת פנים האט דער רבי תורם געווען צדקה פאר אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א לטובת כולל עצי חיים לצדקת רבי מאיר בעל הנס בארה"ק, און אזוי אויך פאר די גבאים פון כולל שומרי החומות.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און מעורר געווען זכות אבות, ובקול חנוק בדמעות ארויסגעברענגט רגשי לבבו ושבח והודיה אז מען האט די זכיה צו פירן אונטער די חופה א דור רביעי, און אנגעוואונטשן אז ברכת צדיק יחילו על ראשינו און אלע צדיקים פון עולם העליון וואס קומען אראפ צום שמחת החתונה ובראשם מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א זאלן אראפברענגען אלע גוטע השפעות בכל ענינים פארן גאנצן ציבור, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
מען האט מסדר געווען די כתובה. עדי כתובה: הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו שכונת זרע קודש קר"י ומנהל ישיבה דרך התורה, און הרה''ג ר' יואל ניימאן שליט"א -מנהל ישיבה שביל התורה.
דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קראסנא.
ארום 6:50 איז רבינו שליט''א ארויסגעקומען צום מעמד החופה פארנט פון בית מדרשינו הגדול במעמד אלפי אנ''ש.
מיט סידור קידושין האט רבינו שליט''א מכבד געווען גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א.
- קריאת הכתיבה: הגה"צ אב"ד בארדיוב שליט"א.
- ברכות ראשונות: הגה"צ גאב"ד גרינוויל שליט"א.
- ברכה אחריתא: הגה"צ אבד"ק קארלסבורג מאנטריאל שליט"א.
- עדי קידושין: הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א מנהל ישיבה לצעירים וומסב''ג, און הרה''ג ר' נטע מאשקאוויטש שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף מבצר התורה וומסב''ג.
- עדי יחוד: הר"ר אהרן מאשקאוויטש שליט"א און הר"ר בנימין ליכטענשטיין שליט"א.
נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס און מחותנים.
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש אויף היוז סט. ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.
נאך מעריב איז פארגעקומען א הערליכע מסיבת לחיים לרגל סיום הש"ס פון נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ס'איז פארמירט געווארן א הערליכער שמועס מיט די בני המשפחה בקורות גדולי ישראל, מען האט געזינגען ניגוני תורה, הרב ליפא שליט"א האט געמאכט דעם סיום און געזאגט די הדרן, און דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א שטיק צייט.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר נכדו, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, פאר חמיו הגה"צ אב"ד קארוב שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און אויך אנגעוואונטשן פאר הנגיד הנכבד בנש"ק נחום רוקח הי''ו וועלכער איז געקומען וואונטשן ברכת מזל טוב לכבוד די חתונה, און דערביי זיך באניצט מיטן בעכער פון הרה''ק הקדושת לוי זיע''א געשיקט דורך הרה"ח ר' אהרן פריעדמאן הי"ו מגדולי עסקני החינוך בניו יארק, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פונעם בעכער און פון פארשידענע חתונות בבית סיגוט.
נאך די סעודת החתונה וועלכע איז פארגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול בראשות הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א אינאיינעם מיט די זיידעס און מחותנים שליט"א איז דער גאנצער ציבור אריבער צום גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס ווי עס איז פארגעקומען די סעודת החתונה דורך רבינו שליט''א און די ריקודין של שמחה און די געהויבענע מצוה טאנץ.
קול רינה וישועה באהלי צדיקים
ארום 9:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום סעודת החתונה אינעם זאל בהשתתפות אלופי אלפי אנ''ש, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות און שמחה, און דערנאך זיך געוואשן צום סעודת החתונה.
ארום 9:50 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן, און מכבד געווען די מחותנים און זיידעס הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיט די גאנצע אויבנאן, אויך איז דער רבי ארויס אין א עקסטערע ריקוד מיט בנו הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א און נכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א.
ביי די סעודה האבן זיך משתתף געווען כ''ק אדמורי"ם מוויזניץ מאנסי און וויזניץ לאנדאן שליט"א, דער רבי האט זיי מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און מכבד געווען צו טאנצן מיטן חתן און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.
אויך האבן זיך משתתף געווען ביים שמחת החתונה רבני קהלתינו פון איבער גרעיטער ניו יארק און פילע אדמור"י ורבני עיר וומסב''ג צווישן אנדערע כ''ק אדמו"ר מסקולען וומסב''ג שליט"א, כ''ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א, הגאון רבי מענדל זילבער שליט"א אבד"ק בני משה פריימאן.
דער רבי האט פארלאזט דעם זאל ארום 10:50, און אריין לחדרו הפרטי אינעם זאל.
ארום 11:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו ברכת המזון און מצוה טאנץ.
- ברכת המזון: הגה"צ אבד"ק יאסלא שליט"א.
- ברכות ראשונות: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
- ברכה אחריתא: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות בהשתפכות הנפש ובבכיות של שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, וכל העם הנאספים, דער רבי האט תורם געווען צדקה פאר פאר די גבאים פון כולל חיבת ירושלים. און דערנאך אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש ובהרגש קודש א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן, מיט בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, און מיט נכדו אבי הכלה הרה"ג ר' יואל שליט"א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, און דערנאך עקסטער מיט אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
נאכדעם האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די עלטער זיידעס הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א און הגה"צ גאב"ד גרינוויל שליט"א.
דערנאך האט מען אויסגערופן דער זיידע הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און דער רב שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודים לפני הכלה מיט גרויס התרגשות און שמחה, און דערנאך געטאנצן מיט אביו מרן רבינו שליט"א פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט מען אויסגערופן די זיידעס הגה"צ אבד"ק קארלסבורג מאנטרעאל שליט"א, הגה"צ אבד"ק יאסלא שליט"א, הגה"צ אב"ד בארדיוב שליט"א, און די מחותנים דער אבי החתן און אבי הכלה שליט"א.
דער בדחן האט אויסגערופן חתן וכלה, מען האט געטאנצן אשת חיל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה כנהוג. דער רבי האט פארלאזט דעם זאל אום 3:15 און אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
