דינסטאג ויצא - בני ברק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער ילדי מוסדותינו הק' בבית מדרשינו הגדול. ביים אנקומען אין ביהמ''ד האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים פון די תשב''ר און ארום צווישן די טישן און פארהערט די קינדער מיט א שטארקע קורת רוח א לענגערע צייט.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר משה אהרן דאסקאל הי"ו (לאנדאן). בעל תפילה: הב' שמואל דוד ב"ר יודל ענגעל הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר אלעזר יונה שטיינמעץ שליט"א וועלכע האט אראפגעלייגט די הכנה דרבה וואס די קינדער האבן זיך צוגעגרייט צו די באזוך פון רבינו שליט"א. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מלמדים און אלע קינדער, און משמיע געווען דב"ק והדרכה פאר די קינדער און אנגעוואונטשן ברכת קדשו. דערנאך האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע געלט פאר אלע קינדער, מען האט געענדיגט ארום 12:45 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי גיסו כ''ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, עס האבן אפגעווארט און מקבל געווען רבינו שליט''א בחורי וויזניץ, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פון זכרונות לבית וויזניץ, ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א, אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אפגעשטעלט באטראכטן די בוי ארבעט ביי ביהמ"ד הגדול והמפואר דחסידי וויזניץ אין בני ברק.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק גאב"ד חוג חתם סופר שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער דעם דרך הלימוד פונעם חתם סופר ובניו, ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
דערנאך ארום 4:45 איז דער רבי אריבער בהיכל ישיבה גדולה מהרי"ט אין זכרון מאיר ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה. בעל תפילה: הב' יחזקאל בן הרב הגאון ר' מיכל פריעדמאן שליט"א דומ''ץ קהלתינו בני ברק.
פון דארט איז דער רבי אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א בהיכל בית מדרשו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די ביטערע גזירת הגיוס בארה"ק, ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א. דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא.
ארום 7:30 האט זיך אנגעהויבן די ווייטערדיגע זמני כניסה פאר אנ"ש תושבי בני ברק.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ צווישן אנדערע הרה"צ ר' ישראל מנחם אלתר שליט"א בן האדמו"ר מגור שליט"א אינאיינעם מיט הר"ר טובי' פריינד שליט"א מראשי 'מכון פאר מקדושים', עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דערביי האבן זיי איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א דעם נייעם איבערגעדרוקטן ספר ישמח ישראל דורך מכון פאר מקדושים און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הגאון ר' דוד צבי שלעזינגער שליט"א ראש ישיבת מנחת יצחק בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' משה נחשוני שליט"א רב הקהילה החרדית בראשון לציון, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה א משלחת דייני קהילת בעלזא בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב בבית האכסניא ארום 11:15. בעל תפילה: הב' שמעון אלעזר ב"ר דוד יואל קליין הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען די זמני כניסה ביז ארום 1:00 אויפדערנאכט.