מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין ארה''ק - שב''ק באתרא קדישא מירון
זונטאג ויצא - מירון - אור הגנוז - בני ברק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא ארום 9:15, בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען בבית האכסניא א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל יצחק ווייס הי"ו (בני ברק), ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים.
ארום 12:45 האט דער רבי פארלאזט בית האכסניא אין מירון, ווי אויפן וועג ארויס האבן אפגעווארט אויסגע'שורה'ט תלמידי מוסד חסד לאברהם סניף מירון וואס שטייט בנשיאות האדמורי''ם מסקולען שליט''א, דער רבי האט ווארעם באגריסט די תלמידים און די תלמידים האבן געזינגען עטליכע ניגונים און באגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי האדמו"ר הגה"צ ר' רפאל אבוחצירא שליט"א נשיא מוסדות מאיר עיני ישראל בבית מדרשו 'מאור אליעזר' אין מירון, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער קדושת המקום וקדושת התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, ער האט מכבד געווען רבינו שליט''א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און האט געגעבן פאר רבינו שליט"א די ספרים פון זיין זיידן ז"ל וואס ער האט מו"ל געווען און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בידידות רב.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען צום דערנעבנדיגן ישוב אור הגנוז ווי עס איז פארגעקומען דער מעמד הנשגב פון 'הפרשת תרומות ומעשרות' אינאיינעם מיט שרי התורה חברי הביד"צ וחברי ועד הכשרות של העדה החרדית ירושלים עיה''ק, ביי די אייגנטומערשאפט פונעם אור הגנוז וויין פירמע, וועלכע געפונט זיך אונטער די מהודר'דיגע השגחה פונעם ועד הכשרות שע"י העדה החרדית.
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די אנוועזנדע רבנים, הגה"צ ר' מרדכי שיינבערגער שליט"א רב הישוב, און מיט די חברי הבד"ץ העדה החרדית הגאון הגדול ר' אברהם יצחק אולמאן שליט"א, הגאון הגדול ר' יודא פישער שליט"א, און די רבני ועד הכשרות הרה"ג ר' חיים יודא כהן שליט"א און הרה"ג ר' גבריאל נויפעלד שליט"א.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע הלכה'דיגע שמועס איבער די פרטים און הלכות פון הפרשות תרומות ומעשרות, און דער רבי האט געמאכט די קנינים זוכה צו זיין אין די שליחות.
דער רבי איז אריין אין א זייטיגער שטיבל און אנגעטוהן א נייעם קאפטן פאר ברכת שהחיינו, דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו די פעסער וויין און מפריש געווען מיטן נוסח המקובל א טעפל וויין פאר תרומה, און ברגש קודש געמאכט די ברכה אקב"ו על הפרשת תרומות ומעשרות און געמאכט א שהחיינו בשם ומלכות בקול חנוק מדמעות.
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף אויף די בימה און געזאגט די נוסחאות המקובל און דערביי געעפענט דעם קראן ארויסצוגיסן די וויין לאיבוד פאר מעשר ראשון ותרומות מעשר כהלכה, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ בדמעות שליש אויפן ניגון 'והריקותי לכם ברכה עד בלי די' א לענגערע צייט.
עס האט אויפגעטרעטן הג"ר יצחק שלמה בלוי שליט"א ספרא דדיינא, און מכבד געווען הגה"צ רבי מרדכי שיינבערגער שליט"א רב הישוב אויפצוטרעטן, דער רב שליט"א האט מקבל פנים געווען רבינו שליט"א און ארויסגעברענגט די שמחה פונעם גאנצן שטעטל מיט די באזוך פון רבינו שליט"א און די השפעות קדושות וואס די מצוה וועט איבערלאזן פאר אלע איינוואוינער, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א חבר הבדי''צ און ארומגערעדט איבער די חשיבות פון די מצוה וואס ווערט געברענגט אין די וואכעדיגע סדרה עשר עשרנו לך און איז משפיע השפעות קדושות און אנגעוואונטשן פאר רבינו שליט"א ברכות לרוב.
דער רבי האט געטרינקן לחיים אויף די וויין פונעם פאבריק און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק מיט התרגשות איבער די חשיבות פון די מצוה און די זכיה צו קענען מקיים זיין די מצוה פון הפרשת תרומה צום ערשטן מאל, און געזאגט "עס האט זיך געלוינט די גאנצע שפעזן נאר צו מקיים זיין די איין מצוה!" "איך בין מקנא דעם בעל היקב וועלכע האט די זכיה צו קענען מקיים זיין אזא מצוה, וואס אמאל האט מען געמיינט אז כתיבת ספר תורה איז די טייערסטע מצוה אבער היינט נאכן זען וויפיל וויין מען גיסט אויס זעט מען אז דאס איז סאך טייערער, און דאס איז נישט קיין איינמאליגע זאך נאר דאס איז יעדעס איינציגסטע יאר, טראץ וואס לויט רוב שיטות איז עס בזמן הזה נאר א דרבנן", און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די רבנים, תושבי העיר און פארן גאנצן ציבור און אנגעוואונטשן מען זאל בקרוב זוכה זיין צו קענען מקיים זיין אלע מצות התליות בארץ.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן פאר הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמן שליט"א חבר הביד"צ, א טשעק מיט א ריזן סכום פון א מיליאן דאלאר פאר א חלוקה מיוחדת פון קרן הצלה וואס וועט פארקומען בימי חנוכה הבעל"ט. די פאנטאסטישע נתינה איז געברענגט געווארן לידי רבינו שליט"א דורך הנגידים החשובים מראשי קהלתינו בארה"ב ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו ר' אברהם בראך הי"ו ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו ר' יואל עפשטיין הי"ו ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו און נאך אנדערע, הגאון הגדול רבי אברהם יצחק שליט"א האט זיך באדאנקט איבערראשטערהייט און גאר ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר רבינו שליט"א און פאר די נגידים החשובים. איידער מ'האט געענדיגט דעם מעמד האט הגאון ר' אברהם יצחק שליט"א זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א אויף זיינע דרייסטע שריט צוריק צושטעלן דעם מעמד החופה ביי שמחות אנ"ש צום אמאליגן פארצייטישן שטייגער און דער רבי האט געזאגט פארן רבין אז דער פראבלעם איז דא לעצטענס אויך אין אר"י און דורכן רבינס שריט וועט די השפעה זיין אין ארה"ק אויך. מען האט געענדיגט ארום 3:00 און דער רבי האט ממשיך געווען דעם וועג קיין בני ברק.
דער רבי איז אנגעקומען קיין בני ברק ארום 5:00 און תיכף צוגעפארן צום בנין המפואר והחדש בית חינוך לבנות - בית פיגא, שע"י מוסדותינו הק'.
דער רבי איז אריין און זיך אומגעקוקט אויפן פראכטפולן בנין בית חינןך לבנות מיט קענטיגע התפעלות, און ארויף אויפן צווייטן שטאק ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפעל הי"ו (קר"י), און נאך מנחה האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך ארומגעגאנגען זיך אומקוקן אויף אלע שטאקן.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די נדבני בוני הבנין. עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו וומסב''ג און הרה"ח ר' ידידי' קלאגסברוין הי"ו לכבודו פון אביו הרה"ח ר' שלמה משה הי"ו נדבן שם הבנין.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק מיט התרגשות איבער די שמחה פון באנייען דעם בנין נאך קרוב צו צוועלעף יאר הארוואניע, און ארומגערעדט איבער די שאיפה פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א צו בויען א בנין פאר די מיידל שולע אין בני ברק, און ווי שטארק רביה"ק זיע''א האט זיך געזארגט פארדעם עד כדי כך אז ערב יום הקדוש האט ער צוזאמגעשטעלט געלט פארדעם, און עס איז זיכער אז רביה"ק זיע''א איז מכיר טובה פאר אלע נדבנים און וועט משפיע זיין כל טוב פאר יעדעם איינעם בכל ענינים.
נאך די דב"ק זענען אלע נדבני ובוני הבנין איינציגווייז אריבער געגאנגען אפנעמען א פערזענליכע ברכת הקודש פון מרן רבינו שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:45.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין
ארום 7:20 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום מעמד חנוכת הבית פונעם בנין המפואר והחדש, אינאיינעם מיט'ן סיום כתיבת האותיות, אינעם גיגאנטישן שאטער שע''י בית מדרשינו הגדול אין שיכון קרית יואל בני ברק יצ''ו.
עס האבן זיך משתתף געווען פילע אדמור"י ורבני העיר בני ברק צווישן אנדערע.
- האדמורי"ם ממאחניווקא בעלזא, דעעש, נאדבורנא, בוהוש, סלאנים, שבט הלוי, חוג חתם סופר, זלאטשוב, זוטשקא, זוטשקא אמסנא, ביטשקוב, ספינקא ב"ב, צאנז זמיגראד, סערעדנא, האסוקוב.
- הגאון רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא שליט"א גאב"ד בני ברק.
- הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק.
- הגאון רבי משה שאול קליין שליט"א רב שכונת אור החיים.
- הגאון רבי יעקב מאיר שטערן שליט"א רב שכונת קהילת יעקב.
- הגה"צ רבי מרדכי געלבער שליט"א דומ"ץ מונקאטש, הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א.
דער יושב ראש הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו וומסב''ג האט געעפענט דעם מעמד און אויסגערופן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מראה"ק בקר"י, וועלכע האט אראפגעלייגט די השתלשלות פון די הקמת ובניית הבנין בית החינוך לבנות "בית פיגא", דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו מנדבני הבנין וואס האט יעצט אויך מנדב געווען דעם מעמד חנוכת הבית לע"נ אביו ז"ל, און האט ארויסגעברענגט זיינע הרגשים בשם די נדבני ובוני הבנין, און דערנאך האט הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו פארגעזינגען ספעציעלע חרוזים לכבוד המאורע.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול ר' שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק וועלכע האט מקבל פנים געווען כ"ק רבינו שליט"א בשם די הלות הקודש אין בני ברק און האט מאריך געווען בשבח קהלתינו הק' אין בני ברק.
דערנאך איז פארגעקומען א סיום כתיבת ספר תורה פאר די ספר תורה וואס איז געשריבן דורך חברי קהלתינו הק', מען האט געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות התורה א לענגערע צייט, דער רבי האט זיך געוואשן די הענט, און אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די אנוועזנדע רבנים שליט"א און פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען דב"ק און נאך די דברי אגדה ומוסר על פרשת השבוע מעורר געווען בעניני צניעות ביי נשים, און מאריך געווען בשבח פון קהלתינו הק' אין בני ברק וועלכע האט זיך פארברייטערט בכמות ובאיכות ובפרט מיטן נייעם בנין פאר חינוך הבנות, און דערמאנט לשבח די חשוב'ע נדבנים ובראשם הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות און אויסגעשריגן די ווייטאג אז יש אומרים אז דא אין בני ברק וועבן זיך פלענער צו מאכן פשרות אין דעם ענין רח"ל, חלילה וחלילה צו מפקיר זיין אידישע נפשות צום מיליטער וואס כל באי' לא ישובין, און גערעדט איבער די קליפות הציונית און מעורר געווען נאר צו רעדן אין די אידישע שפראך.
דער רבי האט ארויסגעברענגט די שמועות טובות וואס מען הערט כסדר פון קהלתינו הק', און מעורר געווען צו זיין מעלין בקודש און מוסיף זיין כוחות און אלע ענינים און ממשיך געווען מיט לענגערע דברי הדרכה, ביים סוף האט דער רבי דערמאנט די חשובע אורחים פון חו"ל וועלכע האבן באזוכט מוסדותינו הק' מען זאל ווייטער שטיצן די מוסדות ברוח נדיבה צו קענען אויסהאלטן די גרויסע הוצאות און דערמאנט לשבח הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו וועלכע האט גענומען אויף זיך די עול צו אויסצאלן די כלי קודש פאר יו"ט פסח און פאר יו"ט סוכות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נאך די דב''ק איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה, מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו מגדולי נדבני הס"ת, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ א לענגערע צייט.
מען האט געענדיגט ארום 10:30 און דער רבי איז אריין בבית מדרשינו הגדול אין שיכון צו תפילת מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' יוסף לייב יאזשעף הי"ו.
נאך מעריב איז דער רבי אריין אין א כיתה אינעם בנין התלמוד תורה ווי עס איז פארגעקומען א אסיפה מיט נגידים לטובת בנין בית מדרשינו הגדול ות''ת אין בני ברק, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר מאיר הירש הי"ו, דער רוח החיים פונעם קרן הבנין הרה"ח ר' יואל ב"ר שמשון שווארטץ הי"ו פון וומסב''ג און הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו חבר וועד קרן הבנין פון בני ברק.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק איבער די נחיצות פון איבערבויען און פארענדיגן בית מדרשינו הגדול און געבעטן די חשובע נגידים צו זיכער מאכן אז געלט זאל נישט זיין קיין אפהאלט און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה חיים ווייס הי"ו מנהל המוסדות.
שפעט ביינאכט בבית האכסניא איז דער רבי איבערגעגאנגען די רשימות פון אלע כלי קודש און יושבי אוהל פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ארה''ק ירושלים, בני ברק, בית שמש, מלמדים, מנהלים, מגידי שיעור, לערערינס און די הונדערטער אברכי הכולל, און מסדר געווען די צדקות פון עניי ארץ ישראל וואס דער רבי האט מיטגעברענגט וואס איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך די שלוחי רבינו תלמידי המתיבתא, וואס איז אויסגעטיילט געווארען אין די פאלגענדע צוויי טעג דינסטאג און מיטוואך וואס איז אהנגעקומען צום ריזן סכום פון קרוב צו א האלב מיליאן דאלאר.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
