בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday10 Kislev 578611/30/2025

Report
מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין ארה''ק - שב''ק באתרא קדישא מירון

דאנערשטאג פרשת תולדות - ירושלים עיה"ק


אינדערפרי איז דער רבי געגאנגען אין די פריוואטע מקוה בבית האכסניא אין ירושלים.

ארום 10:05 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה פון ירושלים.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים מיט גרויס קורת רוח פאר א שטיק צייט.

ארום 10:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית בהיכל הביהמ"ד.
- בעל תפילה: הב' משה בהר"ר חיים צבי דאווידאוויטש הי"ו.
- בעל קורא: הב' יושע ב"ר נתן בנימין עקשטיין הי"ו.
- פתיחה: הר"ר זלמן יודא כהנא שליט"א (בית שמש).
- כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- לוי: הרה"ח ר' מרדכי זיסקינד לאנדא הי"ו (לאנדאן).
- שלישי: רבינו שליט"א, און דער רבי האט געבענטשט גומל און מוציא געווען אלע געסט.
- הגבה: הרה"ח ר' יואל בר"ש לאנדא הי"ו (קר"י).
- גלילה: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א (ב"פ).

נאכן דאווענען ארום 12:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום לחיים בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק והדרכה און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 12:50.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר ממשכונות הרועים שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, האדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען ברכת קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן. און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' בערל קארניאל הי"ו.

ארום 3:00 איז געווען אויף א ביקור גומלין באזוך בקו''פ בבית האכסניא כ''ק אדמו"ר מגור שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, דערנאך האט דער רבי גערעדט מיטן גורע רבי שליט"א פריוואט פאר א שטיק צייט, און דער רבי האט אים ארויסבאגלייט.

אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה אינגעלייט מציונים חברי חבורת ושננתם און זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ ש''ס גפ"ת, דער רבי האט פארהערט די אינגעלייט פאר א שטיק צייט און מאציל געווען מברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 3:40.

ארום 4:00 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין די זאלן פון ויאמר יצחק אויף רחוב שמעון הצדיק, צום מעמד הוקרה פאר די צענדליגער נדבנים ותומכים פונעם בנין הגדול תל תלפיות דקהילתינו ומוסדותינו בירושלים עיה''ק ההולך ונבנה.
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה און געטייטשט די פסוקים אין פרשת ויקהל ווי עס איז מרמז אויפ'ן נסיעה קיין מירון צום תנא רבי שמעון, און די השפעות וואס מען קען שפירן פון א הדלקה לכבוד התנא, און ארומגערעדט איבער די מסירת נפש פון תושבי א"י יום יום און די מסירות נפש וואס פארלאנגט זיך פון די וואס קומען קיין ירושלים צו ביישטייערן גרויסע סכומים אפילו ווען ס'איז נאכנישט פארטיג און מ'זעהט נאכנישט די תוצאות, און מאריך געווען בשבח פון די נדבנים, ספעציעל הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו וואס מאכט זיכער אז ירושלים זאל נישט זיין ארויסגעפאלן, ואתו עמו ר' עקיבא הערש קליין הי"ו און ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו וואס שטייען אין שפיץ פון די פראיעקט און שטייען צו הילף פאר אלע פראיעקטן פון רבי'ן אלע יארן, און ארויסגעברענגט אז צוויי יאר צוריק ווען מען איז געווען אין ירושלים מיט די עסקנים ובראשם הרה''ח ר' אברהם יהושע גלאנץ הי"ו האט מען נישט גע'חלום'ט אז מ'וועט שטיין צוויי יאר שפעטער און מ'וועט שוין האלטן אזוי ווייט, און געזאגט אז דער רבי ז''ל באגלייט אונז און געפינט זיך דא ביי די גאנצע מסע הקודש, און אלע צדיקים וועלן משפיע זיין השפעות קדושות משמי מעל, דער רב האט ממשיך געווען אז מ'גייט קיין מירון, און דער גאנצער ציבור וועט מתפלל זיין אז רבינו שליט"א זאל קענען ווייטער פירן די גאנצע קהילה עד ביאת הגואל.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער הרה''ח ר' ישכר יאקאב הי''ו מנהל מוסדותינו און באגריסט די נדבנים און ראשי ועד קרן הבנין.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען ברכת הקודש אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים' אין מקרא יוצא מדי פשוטו אידן וועלן האבן גרויס שפע און אסאך געלט, און ארויסגעברענגט לויט וויאזוי מען ארבעט זעהט מען אז מען מאכט גרויס פארשריט און מיט די הילף פון די נדבנים וועט מען קענען ענדיגן דעם בנין בקרוב, און מסיים געווען ברוב ברכות.

מען האט געזינגען ותבנהו מהרה, און דער רבי האט מכבד געווען הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו צו אויפטרעטן. ר' אברהם האט איבערגעגעבן א רעפעראט פון די בוי ארבעט און פון די געלטער וואס מען שיקט פון אמעריקע פאר די בוי קאסטן און געזאגט אז מען האט שוין געשיקט אריבער 14 מיליאן דאלער פאר די הוצאות הבנין! און מען וועט דארפן האבן פערציג מיליאן ביזן ענדיגן, און געזאגט אז אויב מ'וועט האבן א מיליאן דאלער יעדן חודש וועט מען ביז 25 חדשים קענען באנייען דעם בנין אי''ה, און באדאנקט אלע נדבנים בשם דעם ועד קרן הבנין.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הרבני הנגיד ר' שמאול חיים בראך הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה אין זאל, בעל תפילה: הרה''ח ר' משה אליעזר לאנדא הי''ו (וומסב''ג).

ארום 4:50 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום שטח הבניה פונעם בנין הגדול והמפואר תל תלפיות דקהלתינו ומוסדותינו הק', בהשתתפות די חשוב'ע נדבני הבנין, אינאיינעם מיט פילצאליגע עסקנים און בוי מייסטערס און פילע מאנ"ש.
רבינו שליט"א איז ארויף אויף א ספעציעלע פלאטפארמע און זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט אויפן שטח, און געהערט באריכט פון הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו יו''ר וועד קרן הבנין בארה''ב ואתו עמו הרה"ח ר' יואל שמעון הכהן רובין הי"ו פון די אקטיווע עסקנים אינעם קרן הבנין און הרה"ח ר' גרשון פעלבערבוים הי"ו יו''ר וועד קרן הבנין בארה''ק, וועלכע האבן דערביי געצייגט פאר'ן רבי'ן די בוי פלענער און סקיצעס פונעם שטח. מען האט געענדיגט ארום 5:10.

פון דארט איז דער רבי אריבער אריבער אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
אויפן וועג ארויס איז רבינו שליט"א אריין אין היכל ביהמ''ד הגדול דתולדות אהרן און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים אין כולל אינאיינעם מיט האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, און דערנאך ארום 5:40 אריבער לבית האכסניא בבית הנגיד ר' יודא דוד רובינשטיין הי"ו.

ויהי בישורן מלך בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל

ארום 6:20 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום היסטארישער מעמד 'ירושלים של מעלה' אינעם גיגאנטישער שאטער אויף די מלכי ישראל גאס במעמד אלופי אלפי ישראל בראשם גדולי מאורי הדור ועל צבאם כ''ק מרן פוסק הדור מרא דארעא קדישא שליט''א.

דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבאן, און דער ציבור לאלפים האבן מקבל געווען פני רבינו בשירה וזמרה.

ביים מעמד האבן זיך אנגעזעהן צווישן אנדערע הגאו"צ אדמורי''ם וראשי ישיבות פון ירושלים עיה''ק.
- מלכם בראשם כ''ק מרן פוסק הדור מרא דארעא קדישא שליט"א.
חברי הביד''צ הגאונים הצדיקים שרי התורה מרנן.
- הגאון הגדול ר' אברהם יצחק אולמאן שליט''א.
- הגאון הגדול ר' חיים אורי פריינד שליט''א.
- הגאון הגדול ר' יהודה פישער שליט''א.
- הגאון הגדול ר' יעקב מענדל יוראוויטש שליט''א.
- הגאון הגדול ר' שמואל בראנסדארפער שליט''א.
- הגאון הגדול ר' אהרן בראנדסדארפער שליט''א.
- כ''ק הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט''א.
- כ''ק מרנן האדמורי''ם ממשכנות הרועים, תולדות אהרן, סטראפקאוו, קאלשין, טשאקאווע, זידיטשוב, טריסק, סקולען ירושלים, סעקלהיד, ספינקא בי''ש, המשפיע הגה''צ רבי גמליאל ראבינאוויטש שליט''א, הגה''צ רבי משה קרעמער שליט''א מרבני ברסלב ונשיא מוסדות שער השמים, הרה''ג רבי ניסן דוד קיוואק שליט''א, הגה''צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט''א נשיא מוסדות נחלת יעקב, הגה''צ רבי משה בראנסדארפער שליט''א גאב"ד היכל הוראה, הגה''צ רבי יוסף קדיש בראנסדארפער שליט''א - טבריה מו"ץ בהעדה, הגה''צ רבי עקיבא יוסף שלעזינגער - גאב''ד גענף ורב ביהמ''ד בצל החכמה, הגאון הגדול רבי נפתלי נוסבום שליט''א - ראש ישיבה חיי משה, הגה''צ ר"י תולדות אהרן שליט''א, הגה''צ רבי אהרן שמואל דושינסקיא שליט''א ראש ישיבת בית יוסף צבי דושינסקיא בשליחות אביו כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט"א, הגה''צ רבי חיים מרדכי ט"ב שליט''א - אב"ד סאסוב ירושלים בן האדמו''ר מסאסוב שליט"א.

- המשפיע הרה''ג ר' יהודא דייטש שליט''א, הרה''ג ר' עקיבא וואזנער שליט"א - מו''ץ בעדה החרדית, הרה''ג ר' יושע אשר כהנא - מו''ץ בעדה החרדית ורב דקהל משכונות הרועים, הרה''ג ר' יעקב שלמה כהנא שליט''א, הגאון ר' יושע כהן שליט''א, הרה''ג ר' אלכסנדר האבערפעלד שליט''א מו''ץ בהעדה החרדית,הרה''ג ר' יצחק אייזיק כהנא שליט''א - מו''ץ בהעדה החרדית, הרה''ג ר' חיים יוסף בלוי שליט''א מו''ץ בהעדה החרדית, הרה''ג ר' גבריאל נויפעלד שליט''א - מו''ץ בהעדה החרדית ומרבני וועד הכשרות, הרה''ג ר' אהרן דוד ניישטאט שליט''א מו''ץ בהעדה החרדית.

דער יו''ר הר''ר יצחק דוד יאקאב שליט"א יו"ר וועד החינוך דמוסדותינו הק' האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, און אויפגערופן הגה"צ ר' שמעי' לעוו שליט"א דומ"ץ וראה"כ דקהילתינו לאנדאן אויפצוטרעטן.

ארום 6:35 האט מען מקבל פנים געווען כ''ק מרן פוסק הדור מרא דארעא קדישא שליט"א, רבינו שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט מלא קומתו פארן רב שליט"א, און הגה"צ ר' שמעי' לעוו שליט"א האט אויפגערופן דעם רב משמיע זיין דעם דבר ה' מירושלים.
דער רב שליט"א האט מקבל פנים געווען רבינו שליט"א בשם די עדה החרדית, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה און חיזוק און קידוש שם שמים וואס די עדה החרדית שעפט פונעם רבינ'ס באזוך אין ארה''ק, און ארומגערעדט פון די נייע בנין וואס ווערט געבויט פולקאם פון ריינע געלטער עטה''ק אן נהנה זיין פון קיין טריפה'נע געלטער פון די מדינה הטמאה, און ארויסגעברענגט די שווערע מצב אין ארה"ק מיט חינוך, ווי די ממשלת השמד פארלייגט זיך משנה צו זיין די לימודים פון די תשב"ר, און נאכגעזאגט פון רביה"ק זיע''א וועלכע האט פון די ערשטע מינוט געווארנט אז די איינציגסטע וועג זיך צו קענען האלטן איז מיט'ן זיך אינגאנצן אפטיילן פון די רשעים און נישט האבן קיין שום שייכות מיט זיי, און אוועקגעשטעלט דעם "קרן הצלה" אויסצוהאלטן אלע מוסדות עטה"ק, און ממשיך געווען איבער די ביטערע גזירות הגיוס און אויסגערופן אז די יהדות החרדית וועט זיך שלאגן אויף דעם מיט מסירות נפש, און מרעיש זיין די גאנצע וועלט, און מען איז גרייט צו גיין אין תפיסה, אבער חלילה נישט מאכן פשרות, דערביי האט מרן פוסק הדור שליט"א אויסגערופן באש קודש אז "עס איז אן איסור גמור על פי הלכה צו מאכן פשרות אפילו נאר אויף איין בחור, און דערביי זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א פארן האבן אפענע אויגן און פאראויס זען די ביטערע פלענער פון די רשעים, און אהערשטעלן דעם "מרכז עזרה ויועץ" שע"י העדה החרדית וועלכער ווערט פולקאם פינאנצירט דורכ'ן ועד משמרת חומותיך ירושלים שע"י קהלתינו הק', און ארבעט העפטיג אויפן פראנט מציל צו זיין בחורי ישראל פון די ביטערע גזירה, מה' מצעדי גבר כוננו, דער אויבערשטער האט אזוי אויסגעשטעלט אז פונקט יעצט ווען עס זענען דא אזעלכע וואס ווילן חלילה מאכן פשרות אין דעם הארבן ענין איז דער רבי געקומען קיין ארה''ק אויסשרייען אז מ'טאר נישט מאכן פשרות, און מחזק זיין די יהדות החרדית. און אויפגעפאדערט די בני חוץ לארץ זיך מיטצושטעלן צום מלחמה קעגן די רשעים, און ארויסגעברענגט ווי תושבי ארה"ק קוקן ארויס אויף די תמיכה פון רבינו שליט"א פאר די מוסדות עטה''ק. ובפרט ארויסגעברענגט לשבח די ריזיגע געלטער וואס מרן רבינו שליט"א שיקט פאר די אריבער הונדערט רבני ומורה הוראה פון די עדה החרדית פאר יעדן יו''ט דורך די "ועד הפעולה" שע"י העדה החרדית, מחזק צו זיין די עדה החרדית און צו שטארקן די כח פון די רבני העדה, דערנאך האט דער רב שליט''א אנגעוואונטשן מרן רבינו שליט"א אז דער רבי זאל האבן כח מרים צו זיין דעם כח המחאה קעגן די רשעים און אלע פירצות.

נאך די פייערדיגע דב"ק האט מען געזינגען 'צדיק כתמר יפרח' און דער רבי האט מעודד געווען די ריקודין 'עוד ינובין בשיבה דשנים ורעננים יהיו'.

ארום 7:00 האט מרן שליט"א אנגעהויבן די פייערדיגע דברות קודש און חובת השעה במעמד אלופי אלפי אנ''ש.
דער רבי מקבל פנים געווען די גדולי הרבנים חברי בד''ץ העדה החרדית, ובראשם דער רב שליט"א, און אלע גדולי הרבנים וראשי ישיבות רבנן ותלמידיהון, און ממשיך געווען מיט קורצע ווערטער פאר די בני חוץ לארץ, איבער דעם בנין האדיר וואס ווערט געבויעט פאר קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ירושלים, שטייט אין פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים' די ברכה איז געזאגט געווארן פאר אידן אין גלות אז מ'וועט זיך האלטן נאר דורך די תורה הק' מקרא משנה תלמוד, דורך ירושלים עיה''ק זה שער השמים איז מען זוכה דערצו אז מ'וועט העלפן בויען תורה אין ירושלים וועט נשפע ווערן א שפע פאר די גאנצע וועלט, אויף דעם איז מען זיך צאמגעקומען דעם נאכט, ויתן ויחזר ויתן, מען וועט געבן פאר ירושלים און דורכדעם אויך פאר די גאנצע וועלט.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט הדרכה פאר אנ''ש תושבי ירושלים, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שאדן פון אויף בלייבן און פארפאטשקען שעות אויפדערנאכט, און אויפגעפאדערט אנ''ש צו האבן א גיאות דקדושה, און וויסן אז אונז האט מען געלערנט פארקערט, זיך לייגן פרי, און אויפשטיין פרי צו לערנען פארן דאווענען, א טאג וואס מען לערנט בעפארן דאווענען איז די גאנצע טאג אנדערש, און גערעדט בגנות פון דאווענען שב''ק אין די שטיבלאך און מנינים צענטערן, און שארף אויפגעפאדערט צו דאווענען אין א ביהמ''ד קבוע יעדע וואך די זעלבע צייט, ווי חסיד'ישע אידן, דאס דאווענען אין שטיבלאך שבת אינדערפריה איז סם המות פאר זיך און פאר די קינדער, און

מעורר געווען אויף פולע ענינים זיך האלטן און מחנך זיין די קינדער אויפן דרך פון רביה"ק זיע''א אין אלע ענינים ובפרט אקעגן טמאת הציונות, און זיך האלטן אפגעטיילט פון אלע פארטייען למיניהם, וואס זיי האבן זיך מחבר געווען צו ציונית, און געווארן עצם מעצמם ובשר מבשרם, און עס איז נישט קיין שום נפקא מינה צווישן די חסיד'ישע, ליטווישע, ספרד'ישע, און אשכנזי'שע, וואס דאס זענען "ארבעה אבות נזיקין".

דערנאך האט רבינו שליט"א אויסגעשריגן בקול חוצב להבות אש די אמת'ע השקפה הטהורה אזויווי עס איז מבואר אין ספה"ק ויואל משה, און אויסגעשריגן די תורה'דיגער שטעלונג איבער די טומאת קליפת הציונית, און די געוואלדיגע כפירה וואס עס ליגט אונטער טמא'נע רעיון, 'ומפני חטאינו גלינו מארצינו' דער אויבערשטער האט מפזר געווען כלל ישראל אין גלות בעוה"ר, נישט ווייל מען האט נישט געהאט גענוג געווער, אדער גענוג פעאיגע סאלדאטן. תדע שאני מכנסן, מען דארף וויסן אז השי"ת בכבודו ובעצמו וועט אונז ארויסנעמען פון דעם ביטערן גלות, און חס ושלום צו האבן מחשבות אז מען קען חלילה נעמען א גאולה בזרוע בשר ודם און אליינס ארויסגיין פון גלות.

דער רבי האט ממשיך געווען מיט פלאמפייערדיגע ווערטער בנוגע די ביטערע מצב פונעם גזירת גיוס בני ישיבות וואס די מיליטער איז א מקום וואס כל באי' לא ישובין רח"ל, א גזירה פון העברה על הדת במלוא מובן המילה, ובקול חוצב קלאר געשטעלט חס ושלום צו מאכן פשרות, מען וויל חלילה מאכן א דיעל, תן לי ואתן לך, איך וועל דאס נאכגעבן און דו וועסט דאס נאכגעבן רח"ל. מען זעצט זיך אראפ צום טיש און מען פארהאנדלט, איך וועל דיר געבן כך וכך און דו וועסט מיר געבן כך וכך וכו', און מיט א וויי געשריי ממשיך געווען איך האב נישט קיין השגה וויאזוי א איד א שומר תורה ומצוות, א איד וואס האט א שטוב מיט קינדער קען פארהאנדלען אויף די זאכן, היעלה על הדעת אזא מין השגה, אזא מין פשרה?! ווער עס לייגט צו א האנט צו דעם איז א מרים יד בתורת משה.
דער רבי האט ממשיך געווען און מחזק געווען תושבי ארה"ק זיך צו האלטן פעסט און זיך קעגנשטעלן קעגן די ביטערע גזירה מיטן גאנצן כח, און זיך שלאגן מיט מסירות נפש כצור החלמיש, און בעזר השם וועט מען מצליח זיין, און מסיים געווען ברוב ברכות פאר אלע נדבנים און עסקנים לטובת דעם נייעם בנין שע"י קהלתינו הק' אין ירושלים עיה"ק, און געענדיגט בברכת הקודש פארן גאנצן ציבור.

נאך די דב"ק האבן די מנגנים געזינגען דעם באקאנטן קידש שם שמים ניגון "ה' הוא מלכינו" און "עוצו עצה ותופר", און פאר לענגערע מינוטן האבן די טויזענטער באטייליגטע געטאנצן און אויסגעשריגן דעם געשריי פון בשלטון הכופרים אין אנו מאמינים.

נאך די פייערדיגע דב"ק האט כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א און חברי הבדי''צ העדה החרדית זיך באדאנקט פאר מרן רבינו שליט"א פאר די געוואלדיגע חיזוק און פייערדיגע דברות קודש, און פארן זיך ארויסשטעלן אן קיין מורא מיט'ן גאנצן שארפקייט מחזק צו זיין דעם יהדות הצרופה בארה"ק, און זיך ארויסשטעלן מיטן גאנצן דרייסט קעגן די פארטייאישע קרייזן און זייערע ביטערע פשרות, וואס דאס איז א געוואלדיגע חיזוק פאר די תורה טרייער אידנטום אין ארה"ק.

דערנאך איז אנגעקומען צום מעמד כ''ק הגה"צ חו"פ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א, רבינו שליט"א האט אים אויפגענומען ביותרת הכבוד און מכבד געווען מיט לחיים, אויך איז אנגעקומען כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, רבינו שליט"א האט אים אויפגענומען ביותרת הכבוד און מכבד געווען מיט לחיים.
דערנאך האט זיך רבינו שליט"א אויפגעשטעלט און ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים אינאיינעם מיט כ"ק הרבנים הגאו"צ שליט"א, און דערנאך ארויסבאגלייט ביזן גאס.
מען האט געענדיגט ארום 8:00 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.

בבית האכסניא האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הרה''ח ר' יואל פריעדמאן הי''ו (ב''פ).

ארום 9:25 האט רבינו שליט"א פארלאזט ירושלים אויפן וועג קיין אתרא קדישא מירון לקראת דעם געהויבענעם שבת בהשתתפות אלופי אלפי אנ"ש פון איבער די גארער וועלט, רבינו שליט"א איז אנגעקומען אין אתרא קדישא מירון ארום 11:45 און צוגעפארן צום בית האכסניא אין שטוב פון הרה''ג ר' מנחם מענדל פאמעראנץ שליט''א ריש מתיבתא עוז והדר.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️