בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday8 Cheshvan 578110/26/2020

Report
נעכטן ביי די דב"ק ביים מעמד קביעות מזוזה אויפן בנין האדיר בבית רחל "בנין לאה אסתר" האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דערמאנט "אז קרית יואל איז געבענטשט געווארן מיט אסאך עשירים!" אחד המרבה ואחד הממעיט -סיי די עשירים וואס געבן גרויס געלט און סיי די יונגעלייט, דערציילנדיג מיט גרויס התפעלות אז פארגאנגענעם דאנערשטאג איז אריינגעקומען א אינגערמאן און געגעבן א טשעק פון צען אלפים פארן קרן הבנין!! אינדערצייט וואס ביי אנדערע איז שווער ארויסצונעמען א הונדערטער פון טאש, ווי די רבי האט זיך אויסגעדריקט "איך האב עס באווינדערט"
די רבי האט געווינטשען ברכות קדשו אז עס זאל זיין א שפע פון פרנסה "און דעי אלע וואס געבן זאלן ווייטער קענען געבן און דעי אלע וואס האבן א רצון צו געבן זאלן קענען געבן"