בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday26 Cheshvan 578611/17/2025

Report
מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין ארה''ק - שב''ק באתרא קדישא מירון

מוצש"ק חיי שרה - זונטאג תולדות


ארום 9:00 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד ישמח משה בשכונת ברך משה צום שמחת הבר מצוה פון אן אור אייניקל הב' יוסף רוקח ני"ו בן הרה"ג ר' חיים יעקב שליט"א רב דביהמ"ד קול אליהו וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, פאר אביו הרה"ג רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה 'כי מלאכיו'.

דער רבי האט זיך תיכף ארויסגעלאזט אויפן וועג צום נוארק לופטפעלד פון ווי דער רבי'ס פליגער האט זיך געהויבן ארום 12:00 אויפן וועג קיין אטענס גריכנלאנד ווי דער רבי וועט וויילן אויף א קורצע אפשטעל ביז מאנטאג מיטאג ווען דער רבי וועט ממשיך זיין די נסיעה מיט א פריוואטן פליגער צום דערהויבענעם מסע הקודש קיין ארה"ק.

ביים אנקומען אויפן פליגער האט גער רבי עוסק געווען בתורה במצות הנוהגים בארה"ק, ווי הפרשת תרומות ומעשרות וכדו', א לענגערע צייט, און דערנאך איז איבערגעגעבן געווארן פארן רבין דעם קובץ שעשועי אורייתא מיט די הונדערטער תשובות פון די לומדי חבורות יסודי התורה אויף די קשיא וואס רבינו שליט''א האט איבערגעלאזט ביי זיין שיעור כללי ביים היסטארישן סיום חצי ש''ס פארגאנגענעם פרשת לך, דער רבי האט מעיין געווען א לענגערע צייט מיט גרויס קורת רוח.

ארום 4:00 אזייגער פארטאגס (ניו יארקער צייט) האט דער רבי געדאווענט שחרית אויפן פליגער. בעל תפלה: הרה"צ ר' מנחם מענדל האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, וועלכע געפינט זיך בשנת האבל פון אמו הרבנית מוויזניץ מאנסי ע"ה, נאכן דאווענען האט הרה"צ ר' מענדל שליט"א איבערגעגעבן א פריסת שלום פון אביו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, וועלכע האט געוויילט אויף שבת אינעם קרית ישיבות וויזניץ אין נייעק, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די קרית ישיבות וויזניץ, און נאך.

דער פליגער פון רבינו שליט"א האט געלאנדעט אין לופטפעלד אין אטענס גריכנלאנד ארום 3:55 (8:55 ניו יארקע זייגער).

ביים אפשטייגן פון פליגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין עירפארט. בעל תפלה: הרה"צ ר' מענדל האגער שליט"א.

דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג לבית האכסניא אין אטענס א וועג פון ארום א האלבע שעה.

ארום 7:30 (12:30 ניו יארקע זייגער) האט דער רבי געדאווענט מעריב בבית האכסניא, בעל תפלה: הרה"ח ר' יוסף חיים ווייס הי"ו (בני ברק).

דערנאך איז רבינו שליט"א ארויס אויף א שפאציר מיט געציילטע מקורבים אויף די געסלך ארום דעם האטעל ווי דער רבי האלט זיך אויף, שפאצירענדיג האט דער רבי דערציילט אביסל איבער היסטארישע תקופות פון מלכות יון בקורות עם ישראל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️