דינסטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' נתנאל ברוין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר שמואל סופר הי"ו. - ב"ר ברוך מרדכי גאלדבערגער הי"ו. - ב"ר קלמן גפן הי"ו. - ב"ר יעקב יצחק ווינקלער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים מענדל ברד"ל אקער הי"ו בבית חמיו הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג איז דער רבי ארויף אין שטוב פון העסקן הרה"ח ר' יוסף מענצער הי"ו לרגל נשואי בנו למז"ט. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 1:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ ביי רבינו שליט"א מחותנו הגה"צ ר' מנשה מאיער שליט"א גאב"ד גרינוויל, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין גרינוויל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז געקומען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי סיני האלבערשטאם שליט"א גאב"ד צאנז שיכון ג' בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בחומר ענין מאשין מצות און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקו''פ הגה"צ ר' צבי אלימלך רוקח שליט"א אב"ד בערטש פלעטבוש אינאיינעם מיט בנו החתן מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' וואלף שטערן הי"ו מחשובי אנ"ש אין לינדען האט אפגעקויפט דעם זכות פון די חדר הטבילה בבית מדרשינו החדש אין לינדען, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' אין לינדען, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, געטרינקען לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן נדבן ובני משפחתו, פאר הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א און פאר די הנהלת הקהילה.
אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' משה שמואל ראטענבערג שליט"א בן הגה"צ אב"ד סאלקא מאנסי שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' יואל זוסמאן הורוויץ שליט"א רב דקהל תולדות צבי דספינקא ב"פ בן האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א ויו"ר וועד שמן משחת קודש באתרא קדישא מירון, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פעולות פונעם וועד צו מחזק זיין די גדרי הצניעות אין מירון און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך מעריב איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מישועות יעקב סקולען שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די מוסד חסד לאברהם סניף מירון, און האדמו"ר מסקולען שליט"א האט געלאדענט רבינו שליט"א צו קומען באזוכן די מוסד בעת'ן וויילן אויף שב"ק אין מירון, דערנאך האט האדמו"ר מסקולען שליט"א איבערגעגעבן א קוויטל פאר רבינו שליט"א מיטצונעמען קיין מירון און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה לצעירים וומסב''ג וועלכע האבן איבערגעגעבן גרעסערע סכומים וואס זיי האבן צוזאמגעשטעלט פאר קופת רבינו לעניי ארץ ישראל און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקו''פ הרה''ג ר' ישעי' ליכטנשטיין שליט''א מרבני בית הוראה דקהלתינו וומסב''ג אינאיינעם מיט די הנהלת בית הוראה ווי ער האט געוויזן פארן רבין דעם נייעם קונטרס וואס ער האט ארויסגעגעבן ע"פ הוראת רבינו לקראת דעם מסע הקודש קיין ארה''ק, דער רבי האט איבערגעקוקט די קונטרס און מדייק געווען וואו מהאט געשריבן עפ"י הוראת קדשו און מאציל געווען מברכת קדשו.
אזוי אויך זענען אריין בקו''פ הנהלת קרן הבנין ביהמ"ד החדש והמפואר אין בני ברק יצ''ו און איבערגעבן א באריכט פון די בוי ארבייט אינעם ביהמ"ד וואס ווערט איינגערישט און פראכטפול פארענדיגט אין די יעצטיגע טעג.