פרייטאג ערש''ק חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יעקב מאיר לעווי הי"ו.
- ב"ר בעריש גראס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי. דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה לרגל דאס אפרייזן אויף די מסע הקודש קיין ארה"ק דעם מוצש"ק.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען ר' חיים הערש בר"מ וויינגארטן הי"ו היושב ע"פ בנו ע"ה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
