בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday22 Cheshvan 578611/13/2025

Report
דאנערשטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים אברהם קעסלער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שמואל יודא שטיין הי"ו.
- ב"ר ברוך אברהם ראזענפעלד הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 2:15 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי עס איז פארגעקומען א מעמד צאתכם לשלום לכבוד רבינו שליט"א, לרגל דאס אפרייזן אויפן מסע המרומם קיין ארה"ק דעם מוצש"ק.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און פארגעזינגען ספעציעלע חרוזים לכבוד המאורע, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים ור"מ בישיבה וועלכע האט ארויסגעברענגט דעם קשר פון רבינו שליט"א מיט די תלמידי הישיבה, און דערנאך איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א קוויטל כוללות פון אלע תלמידי המתיבתא. דער רבי האט א לענגערע צייט אדורכגעליינט די קוויטל בשעת די בחורים האבן געזינגען ניגוני התעוררות.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'אנכי בדרך נחני ה' און ארויסגעברענגט בהרגש קודש ווי מען גרייט זיך צו פארן אויף שב"ק באתרא קדישא מירון אינאיינעם מיט אנ"ש תושבי ארה"ק ובהשתתפות אנ"ש תושבי חו"ל, חיל ורעדה אחזתנו פון גודל קדושת המקום און וויאזוי מען קען זוכה זיין צו קומען אויף אזא הייליגע פלאץ, נאר מען איז זיך מחזק אז מיט די מידת החסד וואס מען טוט מיט די עניי ארץ ישראל אין דעם זכות וועט מען קענען צוגיין צום מקום קדוש, און דערביי זיך באדאנקט פאר די בחורים וועלכע זענען געגאנגען נאך געלט און וועלן אוודאי זוכה זיין צו כל טוב. דער רבי האט ממשיך געווען און געזאגט אז מען וועט בעז"ה אראפלייגן די קוויטל כוללות אין אינזין האבן די תלמידי הישיבה אין מירון, און דערנאך געבעטן די בחורים אז מען זאל זיך מתאמץ זיין מיט לימוד שעות רציפות במשך די צוויי וואכן וואס מען וועט זיין אין ארה"ק און זיכער מאכן אז עס זאל נישט זיין קיין התרשלות אין די לימודי הישיבה און דורך די תורה הק' קען מען זיך מקשר זיין צו התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי און אויסבעטן אלעס גוטס אנן מהתם ואתם מהכא, און דערנאך מאריך געווען בשבח פונעם ערליכן ציבור וואס פארט מיט קיין מירון, חסידישע אינגעלייט פארן בחדרת קודש צו רבי שמעון קיין מירון מיט אן ערנסטקייט און געהויבנקייט! דע לפני מי אתה נכנס לפני אש להבת שלהבת, א פלאץ פון ווי עס קומט ארויס השפעות קדושות ברוחניות ובגשמיות, און מען האפט צו זיין א שליח להולכה צו אהינטראגן די בקשות און א שליח לקבלה אהיימצוברענגען אלע גוטע השפעות פאר יעדעם איינעם, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דערנאך האבן אלע בחורים וואס האבן צוזאמגענומען גרעסערע סכומים ע"פ בקשת רבינו לטובת 'קופת רבינו לעניי ארץ ישראל' געהאט די געלעגענהייט איבערצוגעבן פערזענליך די סכומים אינאיינעם מיט א פריוואטע קוויטל וואס דער רבי וועט מיטנעמען קיין מירון, דערנאך איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט פארטיילט שיירי נוי סוכה פאר אלע בחורים וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים פונעם קאמפיין.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הישיבה, און נאך מנחה האבן די תלמידי הישיבה ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה, מען האט געענדיגט ארום 3:30.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אייזיק קרויס הי"ו און הרה"ח ר' יושע ביקעל הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:30 איז דער רבי צו די תנאים זאלן און געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו און הרה"ח ר' דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי"ו.
- הרה"ח ר' יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' נפתלי יוסף ווייס הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' אברהם יפה שלעזינגער שליט"א אבד"ק גענף ורב דביהמ"ד בצל החכמה בירושלים עיה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און
דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און געגעבן ספרו לב אהרן.

אויך איז אריין בקו''פ הרב מנחם מענדל חיטריק שליט"א רב דקהילת אשכנז אין איסטאנבול טערקיי, ויו"ר איחוד הרבנים במדינת איסלאם, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער אידישקייט אין די אראבישע לענדער און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️