בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"א מרחשון תשפ"ו11/12/2025

באריכט
מיטוואך פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ד'.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' ישעי' שבתי בראך הי"ו און הרה"ח ר' ישראל אלימלך ווייסמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' משה יצחק גליק הי"ו און הרה"ח ר' אברהם חנוך אהרן ראזענבערג הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו הצעירה למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע מאנטאג ויצא אין שיכון סקווירא, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מראחוב רמת גן שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:15 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א און הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️