דאנערשטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם פאגעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ד', און דערביי ארומגערעדט איבער די קדושה פון אתרא קדישא מירון בכלל און פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי בפרט, און אויסגעפירט אז מען גרייט זיך בקרוב צו זיין דארט און מען האפט אז עפעס וועט זיך אנקלעבן אין אונז און מען וועט אהיימנעמען די קדושה מיט זיך אויף שפעטער.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש אויף צאנז כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א אינאיינעם מיט מחותנו האדמו"ר מראחוב רמת גן שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדיהם למז"ט וועלכע איז פארגעקומען אויפדערנאכט אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די חתונה פונעם הייליגן עצי חיים זיע''א, דער רבי האט זיי מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן חתן, פאר די גרויסע זיידעס, און פאר די גאנצע משפחה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שמעון קרויס הי"ו און הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- דערנאך ביי די חופה בבית ספינקא - ראחוב פון די מחותנים החתן בן האדמו"ר מראחוב רמת גן שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר אשר יונה הורוויץ שליט"א אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס, דער רבי האט מסדר קידושין געווען און אויסגעווארט ביז נאך די חופה און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, און די גרויסע זיידעס און אנוועזנדע רבנים ובני המשפחה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:45 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן און געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל בר"ע גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ישעי' שווארטץ הי"ו.
- הרה"ח ר' יואל בר"ח פעקעטע הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שאול יעקב פריעדמאן הי"ו.
נאך די תנאים'ס האט דער רבי האט געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הרה"צ ר' שלמה צבי אלתר שליט"א בן האדמו"ר מגור שליט"א, וועלכע וויילט אויף שב"ק אין קרית יואל המורחבת אינאיינעם מיט די יתומים פון קהילות גור פון אמעריקע, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די גרויסקייט פון העלפן און מחזק זיין יתומים און דער רבי האט אין מאציל געווען מברכת קדשו און דערביי געשיקט א פריסת שלום פאר אביו האדמו"ר מגור שליט"א און געבעטן צו איבערגעבן אז מען איז שטארק מעריץ זיין שטעלונג נישט צו מוותר זיין אויף קיין שום בחור בנוגע די גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק. דערנאך זענען אלע בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
אויך זענען אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט"א מרבני התאחדות אברכים פון מאנסי אינאיינעם מיט די פטרוני חבורת יסודי התורה פון מאנסי הרה''ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו און הרה''ח ר' יוסף גרובער הי"ו, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די פרישע לומדים און שיעורים במסגרת חבורת יסודי התורה און דערביי איבערגעגעבן א מתנה פאר די פטרונים א לעדערנע גמרא מסכתא בבא קמא און אנגעוואונטשן ברכות קדשו.
אויך איז פארגעקומען בקודש פנימה די תנאים ליינען פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד לייב אקער הי"ו (לאנדאן), און הרה"ח ר' זלמן לייב שפיטצער הי"ו, דער רבי האט געליינט די תנאים, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
נאך די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. עטליכע גדולי העסקנים למען עתיד חינוך הטהור אין ניו יארק, ווי מען איז איבערגעגאנגען די ווייטערדיגע פלענער אינעם קאמף אפצוראטעווען דעם חינוך הטהור אין ניו יארק, דער רבי האט געהערט א פונקטליכע באריכט פונעם מצב אויפן פראנט אין געריכט הויז, און מען האט דן געווען איבער די ווייטערדיגע שריט, און בעיקר איבער די מאסיווע קאמפיין וועלכע ווערט אונטערגענומען אונטערצושרייבן קעגן די "קלעס עקשאן" קלאגע וואס די רשעים האבן אריין געגעבן אין געריכט בשם אלע ערליכע אידן, און דעריבער דארף מען קלארשטעלן מיט א שטארק פאראייניגטער כח אז זיי פארטרעטן אונז בשום אופן נישט, נאר אדרבה, זיי זוכן אויסצורייסן אונזער תורה, און משנה זיין אונזער גאנצע לעבנסשטייגער היל"ת, דער רבי האט גרונטליך איבערגעקוקט די גאנצע נוסח, און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די עסקנים אז זיי זאלן מצליח זיין אין די
קריטישע אונטערנעמונג, און זוכה זיין אפצוראטעווען דעם חינוך הטהור אין ניו יארק מען זאל קענען ווייטער ממשיך זיין פונקט ווי ביז יעצט בלי שום שינוי.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
