בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגו' מרחשון תשפ"ו10/28/2025

באריכט
דינסטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' בערל פעלדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' בעריש ווייזער הי"ו (מאנטרעאל), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שמחה פראנצויז הי"ו.
- ב"ר יצחק רובין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'. דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לרגל דעם נייעם זמן. און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 און מעריב ארום 7:30 בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
זמני כניסה איז געווען פון 7:50 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געווען א באזוך בקו''פ האדמו"ר מסקווירא מב"פ שליט"א אינאיינעם מיט אחיו ומחותנו הרה"צ ר' פנחס טווערסקי שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי צאצאיהם למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית טשערנאבל, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הרב אברהם ברוך פריעדמאן שליט"א בן הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בנו למז"ט, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️