בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךל' תשרי תשפ"ו10/22/2025

באריכט
ובכן צדיקים יראו וישמחו וישרים יעלוזו - ליל שמחת תורה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

בביתו נאוה קודש איז דער רבי געגאנגען אין מקוה.

ארום 12:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב ברוב עם הונדערטער חסידים ואנשי מעשה, בעל תפילה: הרה''ח ר' ישראל מרדכי ברח''ב פילאפף הי''ו.

אום 1:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטלית שאולה צו אתה הראית, פתיחת הארון: הרה''ח ר' וואלף פערל הי''ו.

אום 1:50 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן די הייליגע עבודה מיטן טאנצן די געהויבענע הקפות.
רבינו שליט"א האט געזאגט פיר מאל תורה אינמיטן די הקדמה.
- ערשטע תורה: אויפן חרוז 'ידיד נפש אב הרחמן', מיט'ן כח פון יעקב אבינו און די ריקודין אין די טאג שמחת תורה קען מען זיך מתגבר זיין אויפן כח השטן און טוהן דעם רצון ה' בשלימות.
- צווייטע תורה: אויפן חרוז 'הדור נאה' דורך ד' מינים און מצוות סוכה ווערט נשפע רפואות בשלימות, שמיני עצרת און שמחת תורה ווען עס איז נישטא די ד' מינים דורך די תורה הקדושה וואס מען טאנצט מיט די רמ''ח אברים ווערט אויך נשפע רפואות בשלימות, און פארציילט א עובדא פון הרה''ק ר' ישעי'לע טשעחויבער זיע''א וואס איז געווען נישט געזונט און דער הייליגער דברי חיים זיע''א האט אים געברענגט א פרי פון גן עדן צו שמעקן און עס איז אים באלד בעסער געווארן, עס שטייט אין זוה"ק אז די אבות הקדושים קומען אראפ זיך פרייען ברענגען זיי אראפ א פרי און דער גאנצער ציבור קען נהנה זיין דערפון און זוכה זיין צו א רפואה שלימה.
- דריטע תורה: אויפן חרוז 'הגלה נא' מען דארף זיך באנוצן סיי מיט מדות ענוה און סיי מיט מדות הגאות פאר עבודת ה', אבער נאר מיטן ריכטיגע דעת ווייסט מען וויאזוי בין משתמש צו זיין, דורך מצוות סוכה וואס איז משפיע דעת קען מען זיך באנוצן אויפן ריכטיגן אופן, שמחת תורה ווען מען טאנצט און מ'פריידט זיך מיט די תורה זאל נישט א מענטש טראכטן ווער בין איך זיך משמח זיין בשמחת התורה נאר יעדע איד האט א קשר מיט די תורה און א רעכט און א חוב זיך צו פרייען מיט די תורה און דאס וועט אים געבן התחזקות פאר די גאנצע יאר.
- פערטע תורה: אויפן חרוז 'בראשית תורתך הקדומה' עס איז דא ד' חילוקי כפרה אדער כדאי די תשובה זאל נוצן דארף עס זיין מיט תפילה, דורך עוסק זיין בתורה באקומט מען צוריק די צלם אלוקים על פניו קען מען שוין ריכטיג מתפלל זיין, דארף מען זיך מקבל זיין יעדן טאג עוסק זיין בתורה אזוי צו באקומען די צלם אלוקים אויפן פנים.

מען האט געענדיגט די הקדמה ארום 4 אזייגער,
צוליב די שפעטע שעה האט דער רבי געטאנצן די זיבעטע הקפה נאר אויפן באלעמער און אפגעראכטן די ריקודין ביתר שאת מיט א געוואלדיגע התלהבות.
מען האט געענדיגט די הקפות ארום 5:15.

נאך די הקפות האט רבינו שליט''א פארגעזאגט שמע ישראל ה' מלך און די אנדערע פסוקים.
- פסוקי שמע ישראל ובעל קורא: הרה"ח ר' יצחק נח פערלמוטער הי"ו (מאנטרעאל)
עליות.
- כהן: הר"ר בעריש קליינמאן שליט"א (מאנסי).
- לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו (וויען).
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' גבריאל זגיל הי"ו (ארגענטינע).
מען האט געענדיגט 5:40, דער רבי האט געוואונטשן גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור.

רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש און תיכף קידוש געמאכט און אפגעראכטן די סעודת יו''ט אויף א פריוואטן פארנעם מיט עטליכע אייניקלך און באי ביתו, בשעת די סעודה האט האט זיך פארמירט א שמועס איבער די עבודת ההקפות ביי רבותיה"ק.
מיט די זמירות און ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט''א (מאנטשעסטער).

יום שמחת תורה

שמחת תורה אינדערפרי ערש"ק, ארום 11:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד.
פסוקי דזמרה און שחרית האט מען געדאווענט במהירות כנהוג, בעל תפילה: הרה''ח ר' יעקב יוסף פילאפף, ביי נשמת האט מען געזאגט האל, המלך און שוכן עד, בנוסח יו''ט, ימים נוראים ושבת כנהוג. די כהנים האבן געדוכענט,
דער רבי איז צוגעגאנגען צו אמירת הלל בהתלהבות אש. מען האט געענדיגט ארום 1:15, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 1:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו אתה הראית, פתיחה: הרה''ח ר' יואל ברא''ז פריעדמאן הי''ו.

ארום 2:05 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן טאנצן די הייליגע הקפות. מען האט געענדיגט די הקדמה בערך 3:40 .

רבינו שליט''א האט געזאגט 6 מאל תורה, פיר מאל ביי די הקדמה און פאר די פערטע און זעקסטע הקפה.
- ערשטע תורה: אויפן חרוז 'ידיד נפש', אפילו מען האט אויפגעטוישט די נשמה צו א נשמת גוי דורך שלאפן אין די סוכה באקומט מען צוריק די אייגענע נשמה, אזוי אויך דורך ריקודין של מצוה אין שמחת תורה באקומט מען צוריק די אייגענע נשמה עס זאל בלייבן א הייליגע ריינע לעכטיגע נשמה אזוי ווי מען האט עס באקומען פון הקב''ה.
- צווייטע תורה: אויפן חרוז פון 'הגלה נא' עס איז דא יעדן טאג א פרישע נתינת התורה אבער נאר אז מען האט נישט אויפגעטוישט די נשמה צו א נשמת גוי, שמחת תורה דאנקט מען דעם אייבערשטן און מען טאנצט א לענגערע צייט מיט די נייע נתינה פון יעדן טאג וואס איז מסוגל עס זאל זיך האלטן אין זיך די נשמה פון א איד.
- דריטע תורה: אויפן חרוז פון 'בראשית תורתך' וויאזוי קען א בשר ודם לוחם זיין מיט די יצר הרע נאר דורך טוהן מצוות באש להבת שלהבת, און דעיס איז פועל דורך ריקודין באש להבת אין שמחת תורה צו פארברענען די כח פון די חיצונים און אין דעם טאג קען מען מתפלל זיין און אויסבעטן אלעס גוטס.
- פערטע תורה: נאך די ערשטע הקפה אויפן חרוז פון 'הקל הגדול' ווע עס קומען די מקטריגים קעגן אידישע קינדער דורך די נענועים אין סוכות ווערט נתעורר די כח פון אברהם אבינו און עס ווערט בטל אלע טענות און קשיות.
- די תורה פאר די פערטע הקפה - הקפה פון משה רבינו, אויפן פסוק 'בראשית ברא אלוקים': צדיקים האבן א כח מיט צוריפי אותיות מהפך זיין מדות הדין לרחמים דורך עוסק זיין בתורה, ביום שמחת תורה איז געניג דורך א קבלה טובה מהפך זיין אלע צירופי אויתיות לטובה און מען קען שוין יעצט זיך פרייען, יעצט ביי די הקפה פון משה רבינו איז די צייט זיך מקבל זיין א קבלה אמתיית יעדער לפי ערכו בעלי בתים, אברכים, בחורים, און תלמוד תורה קינדער עוסק צו זיין בתורה וואס מען וועט אי''ה אויספירן.
די תורה פאר די זעקסטע הקפה - הקפה פון יוסף הצדיק: הקדמה צו די תורה איז יראת שמים אזוי האלט זיך די תורה אין די יסוד פון לימוד התורה איז תלוי אין יראת שמים, במילא איז מען זיך מקבל שמירת עינים און שמירת המחשבה וועט מען האבן יראת שמים וועט זיין חכמתו מתקיימת.

צווישן די הקפות האט מען געזונגען די פיוטים פונעם חרדים, בהתעוררות רב, טיילן טרערן זענען פארגעסן געווארן ברגשי געגועים והתעוררות ביי רבבות אלפי אנ"ש.

ביי די זעקסטע הקפה האט רבינו שליט''א געמאכט די נענועים מיט די ספר תורה בהתרוממות ובדביקות כמנהג רבותינו הק'.
ביי די זיבעטע הקפה שוין בלויז אויף די בימה צוליב די שפעטע שעה, האט דער רבי איבערגענומען די אייגענע ספר תורה און געטאנצן די ריקודין ברוב חביבות והתרוממות בשמחה עילאה.

ביים ענדיגן בערך 6:15 האט דער רבי געזאגט ויאתיו, און פארגעזאגט לדוד מזמור פסוק בפסוק.

מען האט געליינט און געדאווענט די תפילות מיט א שנעלקייט מפני קוצר הזמן.

- בעל קורא: הרה"ח ר' יצחק נח פערלמוטער הי"ו.
עליות.
- כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו.
- שלישי: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
- רביעי: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
- חמישי: רבינו שליט"א.

מען האט נאכאמאל איבערגעליינט די קריאה פון וזאת הברכה
- כהן: הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
- שלישי: הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו.
- רביעי: ר' אברהם ווייסמאן הי"ו (ב"פ).
- חמישי: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.

משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו מיט נאך א מקריא האבן פארגעזאגט דעם רשות חתן תורה, און רבינו שליט''א האט עולה געווען און געליינט בהתעוררות רב די קריאה פון מעונה.
הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' טובי' ליפא גראס הי"ו (וומסב''ג).

- חתן בראשית: הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו (לאנדאן), מען האט אויסגעשפרייט א טלית ווי א חופה, כנהוג, און ער האט מנדב געווען סכומים הגונים לצדקת רבינו מיוחד לעניי אר"י.
הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' יואל וועלץ הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הבה"ח שמעון מאיר ב"ר יצחק בערנאטה הי"ו.
- חתן מפטיר: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יואל ווערטהיימער הי"ו.
גלילה: הב' חנני' יו"ט ליפא ב"ר שלמה מארק הי"ו (ירושלים).

מוסף האט געדאווענט פארן עמוד הרה''ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי''ו, מען האט פרייליך געמאכט כנהוג. מען האט תיכף געדאווענט מנחה. מען האט געענדיגט 7:15.

רבינו שליט''א האט תיכף געמאכט קידוש בחדרו הפרטי און זיך געוואשן צו די סעודה, דער רבי האט בוצע געווען אויף א לענגליכע ראזינקע חלה כנהוג, און אהיים לביתו נאוה קודש.

שלחן הטהור נעילת החג - מעמד ברכות הקודש

ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צום נעילת החג טיש, במעמד אלופי אלפי ישראל.
ביים אריינקומען איז דער רבי ארויס אין א פייערליכן טאנץ אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און ממשיך געווען די סעודה, און מאריך געווען בניגוני יו''ט.
נאך די זופ האט דער רבי געוואונטשן לחיים פאר די גאנצע ציבור, און געזאגט מען האט געזאגט הושענא רבה הושענא למען דתך אחב''י בארה''ק ליידן יעצט פון גזירות גיוס בני ישיבות, דאס יהדות החרדית וועט ארויסגיין אויף א מחאה אדירה בחוצות העיר קעגן די ממשלה הטמאה, און אויפגעפוידערט יעדע יחיד זיך צו באטייליגן בגופו. און מען האט געזינגען ה' הוא מלכינו און עצו עצה ותופר.

מען האט געזונגען די ניגוני יו''ט, און דערנאך ניגונים פונעם הייליגן קדושת לוי וואס די יומא דהילולא פאלט אויס א טאג נאך אסרו חג, פארגעזונגען דורך הרב ר' הערשל קאהן שליט''א.

מען האט אריינגעברענגט קרויט כנהוג.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הרה''ג ר' יעקב ווייס שליט''א מרבני קהלתינו מאנסי.

רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט ברוך המבדיל, און משמיע געווען דב"ק אויף א מייק.

די תורה האט דער רבי געזאגט אויפן פסוק 'וידבר משה את מועדי ה' אל בני ישראל' און געטייטשט אז עס איז מרומז סיי שבחו של הקב''ה און סיי שבחן של ישראל וואס זענען דבוק אין די תורה און מצוות, און דער רבי האט מאריך געווען בשבחם של קהלא קדישא הדין וואס האבן אפגעראכטן די הייליגע ימים טובים מיט געהויבענקייט בפרט די צווייטע טעג יו''ט בהתרוממות הנפש ובדביקת התורה וואס וועט משפיע זיין אויף אויף א גאנץ יאר כל מיני השפעות.

נאך די תורה האט מען געזונגען ובכן צדיקים און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן באש קודש א לענגערע צייט, וחסידים ברנה יגולו און אויפגעהויבן דעם גאנצן ציבור לאלפים און פייערדיגע ריקודין.

דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט די גמרות בבלי וירושלמי אין מס' ברכות און געטייטשט שיינע רמזים וענינים משולב בסיפורי צדיקים.

נאכן טיש האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט און געזאגט 3 מאל לשנה הבא בירושלים.

מעריב מוצאי יו''ט: הב' משה וואגשאהל בן הרה''ג ר' אברהם דוד ז''ל (מאנסי).

נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה און נאך עטליכע מינוט ארויסגעקומען בחצר ביהמ"ד הגדול צום מעמד ברכות הקודש במעמד אלופי אלפי ישראל לכל העם הנאספים סיי פאר די עזרת ישראל און סיי פאר די עזרת נשים.

מען האט געזינגען נגוני יו''ט, און נגוני מירון לקראת השב"ק פ' תולדות באתרא קדישא מירון הבעל"ט, דער רבי האט געוואונטשן די ברכות הקודש א גוטע וואך און א געזונטער ווינטער, און מעורר געווען צו אויספירן אלע קבלות טובות וואס מען האט זיך מקבל געווען במשך יו''ט 'יזכר לך עתה אתמול אשר דברת' יעדער לפי ערכו הקטנים עם הגדולים, און מסיים געווען ברוב ברכות. מען האט געענדיגט ארום 11:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

בביתו נאוה קודש זענען אריין בקו''פ זיך געזעגענען א לענגערע צייט הונדערטער געסט אנשי שלומינו פון ארה"ק, אייראפע, און מאנטרעאל וועלכע האבן געוויילט אויף יו"ט בצל הקודש און האבן נישט געהאט די געלעגנהייט אריינצוגיין בליל הושענא רבה.
עקסטער האבן א קבוצה בחורי שלומינו פון מאנטריאל איבערגעגעבן גרעסערע סכומים לטובת קרן קרית יואל און דער רבי האט פארטיילט פאר יעדעם ספרו לב אהרן און מאציל געווען מברכת קדשו.
אזוי אויך האבן א קבוצה בחורי שלומינו פון לאנדאן איבערגעגעבן גרעסערע סכומים לטובת קופת רבינו לעניי ארץ ישראל און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

יהי''ר מען זאל האבן געפועלט אלעס גוטס, מיט אלע השפעות וישועות פאר יעדן איינעם, בביאת משיח צדקנו ומלכינו בראשינו

אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️