ליל הושענא רבא אושפיזא דדוד מלכא משיחא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
צוליב דעם רעגן האט דער רבי אפגעראכטן די סעודת יו"ט אין די פריוואטע סוכה בביתו נאוה קודש, נאכן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צו די סעודת יו''ט. מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' דוד פארקאש הי"ו.
ארום 10:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו קריאת משנה תורה און געזאגט די תפילה פארן לייענען, בעל קורא: הר''ר שלום יוסף סאמעט שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 11:50.
נאך משנה תורה איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד פארנט פון ארון הקודש בהיכל ביהמ"ד הגדול, מען האט מאריך געווען בניגוני ימים נוראים בהתעוררות רב.
מיט די שיר המעלות האט רבינו שליט''א מכבד געווען:
- הרה"ח ר' דוד שלמה בערגער הי"ו.
- הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
- הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'תקעו בחודש שופר' און געטייטשט אז דורך די תורה באקומט א מענטש א בחירה חפשיות ווייל בראתי תורה תבלין כנגדו, דארף עס אים מעורר זיין צו תשובה אויף די מעשים, נאך מער די סיבה פארוואס די אידן האבן מקבל געווען די תורה און נישט די מלאכים איז ווייל א מענטש האט א בחירה און די התבוננות דארף אריינברענגן אין א מענטש א שינוי לטובה, די מנהג ביי אונז צו בלאזן שופר הושענא רבה שפרו מעשיכם און דער טאג ווערט נתהפך די קללה לברכה מען קען זיך אויסבעטן פונקט ווי ראש השנה.
מען האט געענדיגט ארום 12:45, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
נאכן עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ברוב עם צו אמירת תהילים. בעל תפילה: הרה''ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי''ו, ביי יעדן ספר האט מען געזאגט דעם יהי''ר להושענא רבה און קדיש. מען האט געענדיגט בערך 2:45 און רבינו שליט"א איז אהיים לביתו נאוה קודש, ווי דער רבי האט געבינדן די הושענות פאר זיך און פאר הרבנית הצ' תחי'.
יום הושענא רבא
הו''ר אינדערפרי ארום 11:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף אינעם טלית, קאפל, קיטל פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע"א, און אינטער דעם די ווייסע סטראקעס בעקיטשע.
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף חביב מאסרי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו ברכות, פסוקי דזמרה און שחרית און אויסגעלאזט בנוסח ימים נוראים, און הלל הגדול כנהוג, און די שירה געזאגט פסוק בפסוק.
ביי הלל האט רבינו שליט''א מאריך געווען עבודת קדשו ביי די נענועים ברגש קודש, בדביקות ובהתעוררות רב, ווען דער גאנצער ציבור פון אלופי אלפי ישראל זינגן מיט די ניגוני קודש בדמעות שליש. נאך הלל האט מען אראפגענומען די רינגעלעך פונעם לולב כנהוג.
אום 1:50 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן די פייערדיגע 'דרשת הושענא רבה' מיטן משל הידוע מרגלא בפומי' פון רבותינו הקדושים זיע''א, 'הולך בדרכי אבות מזכירין לו זכות אבות', און מאריך געווען מיט שטורעמישע בכיות ודמעות, וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ביהמ''ד בבכיות נוראות.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען באריכות מיט געהויבענע בחינות און דברי התעוררות בבכיות לכבוד היום:
- הושענא למענך אלוקינו: איז ר''ת אהל וואס איז מרמז אויף א מקוה צו ווייזן אז מדות הקב''ה האט נישט קיין קצבה, און עס ווערט פארענטפערט אלע קשיות, אין דעם הייליגן טאג זענען זיך אידן מקבל זיך צו פארבעסערן בדיבור מעשה ובמחשבה, תורה ותפילה, און עס קומט א ישועה פאר זיך און פאר די בני בית.
- למענך בוראנו: עס איז דא א דין וחשבון, דין אויף די מעשה עבירה און חשבון אויף די צייט וואס מען וואלט געקענט טוהן א מצוה, פארדעם בלאזט מען צוויי מאל שופר צו מתקן זיין ביידע.
- הושענא למענך גואלינו: מען איז אויסגעלייזט געווארן פון מצרים ווייל עמו אנכי בצרה במילא דארפן נישט שאר גליות משלים זיין און מען קען טאקע זוכה זיין צו די גאולה השלימה.
- הושענא למענך דורשינו: דרשת חז''ל אז הקב''ה וועט נישט אויפטוישן כלל ישראל מיט אנדערע אומת, במילא איז הקב''ה מחיוב משפיע זיין שפע פון פרנסה רפואה און גאולה.
- הושענא למען אמיתך: דורך עוסק זיין בתורה תורת אמת ווערן די חיצונים פארברענט און מען קען מתפלל זיין כראוי, ומכאן הקריאה יוצאות פאר יעדער זיך קובע זיין א שיעור פארן דאווענען.
- הושענא למען בריתך: דורך ברית מילה האבן אידן א דין הקדש און עס נעמט אראפ דעם פגם בעולמות העליונים.
- הושענא למען גדלך ותפארתך: אלו ד' מינים שבלולב, דורך דעים וואס מען האלט די ב' מינים ביד ימין וואס איז מער חשוב איז א ראיה אז מען גייט בתר כמות און תשובה מיראה ברבים ווערן די זדונות אויך נתהפך לזכיות, שטייען א עדה קדושה א רבים און הושענא רבה וועט אוודאי ווערן נחתם לטובה ולברכה, און מסיים געווען ברוב ברכות.
מען האט געענדיגט די דרשה בערך 3:45, און מ'האט אנגעהויבן מקיף צו זיין דעם ביהמ''ד, רבינו שליט"א האט פארגעזאגט די הושענות בהתעוררות רב, צווישן די הקפות האט געבלאזן שופר הגה''צ אבד"ק וומסב''ג שליט''א כנהוג, נאכן ארומגיין האט מען געזאגט די פיוטים, און נאך קדיש תתקבל האט דער רבי געקלאפט די הושענות 5 מאל און געזאגט דעם יהי''ר כנהוג.
מען האט געזאגט אתה הראית,י''ג מדות, רבש''ע און שיר המעלות פון עשי''ת כנהוג.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום אליעזר ראטטער הי"ו (בני ברק).
- פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א (ב"פ) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- בעל קורא: הרה"ח ר' יעקב שרייבער הי"ו (אנטווערפען).
עליות:
- כהן: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג.
- לוי: הר"ר יודל וואזנער שליט"א (מאנטשעסטער), ער האט געמאכט א ברכת הגומל און מוציא געווען די פרישע הונדערטער געסט אנ"ש מעבר לים.
- שלישי: הרה"ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי"ו (בית שמש).
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה''ג ר' יואל דאסקאל שליט''א (בני ברק).
- גלילה: הרה"ח ר' אהרן מאיר ווייס הי"ו (בני ברק).
מוסף: הגה''צ ר' חיים האלבערשטאם שליט''א. די כהנים האבן גע'דוכנ'ט, תיכף נאך מוסף האט מען געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הרה''ג ר' יואל ב''ר בנימין זאב ווייס שליט"א (בני ברק). מען האט געענדיגט ארום 4:30.
עטליכע מינוט נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום טיש לכבוד היום אין די סוכה הגדולה און געזאגט דעם סדר האושפיזין, ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר'. מיט די זופ האט מען אויפגעגעבן קרעפלעך כנהוג, און מען האט געזונגען ניגוני יו''ט.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הר''ר יצחק דוד יאקאב שליט''א (ירושלים). ברכהמ''ז: הרה''ג ר' מנחם זאב שטערן שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג, מען האט געענדיגט 5:15.
בביתו נאוה קודש איז דער רבי געגאנגען אין מקוה לטהר עצמו ברגל לכבוד יו"ט, און שפעטער געצינדן די יזכור ליכט.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
