בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגג' תשרי תשפ"ו9/25/2025

באריכט
דאנערשטאג וילך - צום גדלי' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

באשמורת הבוקר אום 5:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפלה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית.
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים יצחק אדלער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל פאסטערנאק הי"ו.
- ב"ר יואל אייזדארפער הי"ו.
- ב"ר יואל בר"מ מיטטעלמאן הי"ו.
- ב"ר יו"ט בערגער הי"ו.

- פתיחה: הרה"ח ר' יואל אייזדארפער הי"ו.
- בעל קורא: הרה"ח ר' יואל פאסטערנאק הי"ו.
- כהן: ר' שמואל ווייס הי"ו.
- לוי: הר"ר חיים יושע לעווי שליט"א.
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' יו"ט בערגער הי"ו.
- גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר יואל מיטטעלמאן הי"ו.

ארום 5:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה ודרשת שבת שובה במעמד אלפי אנשי שלומינו אין ביהמ"ד הגדול.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' קלמן גפן הי"ו.
- פתיחה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי אבערלענדער הי"ו (מאנטרעאל).
- כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הגה''צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד.
- שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א.
- גלילה: הר"ר שלמה זלמן וויינבערגער שליט"א.

נאך מנחה אום 6:30 האט זיך דער רבי מתעטף געווען מיטן טלית, ארויף צום ארון הקודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די דרשה אויפן פסוק 'שובה ישראל עד ה' אלקיך' און תיכךמזיך אריינגעלאזט אין א לענגערע פלפול אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה און ממשיך געווען בדברי דרוש און מיט שיינע טייטשן בדרך אגדה.
דערנאך מעורר געווען:
- מזאל זיך מחזק זיין בקביעות עתים לתורה אין איינע פון די חבורות יסודי התורה און תורתך שעשועי, סאיז טאקע נתרומם געווארן דער קרן התורה בקרב קהלתינו אבער יעדער איינציגער איד בלי שום יוצא מן הכלל דארף האבן א שיעור קבוע.
- בעניני תפילה צו דאווענען מרישא ועד גמירא מיט א מתינות אהנגעהויבן פון ברכות, וועט מען טאקע זוכה זיין צו אלע ברכות.
- דער רבי האט ארומגערעדט איבער קרית יואל וואס רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א האט מייסד געווען עס זאל זיין אפגעשיידט פון אלע מנהגי אמעריקע הן עם לבדד ישכון, מען דארף האלטן ווייטער די ירושה פון רביה''ק צו האלטן דעם חומה און זיין אפגעטיילט סיי פון אלע מאדעס און בלייבן אפגעזונדערט, שלא יתערב זר במחנינו איינער וואס האט א צווייטע השקפה ווי אונז זאל זיך נישט אהערציען, נישט אין קרית יואל און נישט אין קר"י המורחבת.
- דער רבי האט ממשיך געווען בדברי מוסר איבער די היינטיגע ניגונים, נישט צו זינגען די היינטיגע מאדערנע ניגונים.
- בעניני צניעות פון קאפ ביז פיס, פון די ביי האר ביז די זאקן, און די פריצות'דיגע שייטלען.
- ארויסגעברענגט לשבח און מחזק געווען די חבורה עבודה כהלכה, הכשרים אויף אפיסעס, יעדער בעה"ב און ארבעטער זאל זיכער מאכן עס צו האבן אין זיין אפיס.
- דער רבי האט ארויסגעברענגט בנוגע דעם גזירת החינוך אין ניו יארק ווי מען האט בס''ד משנה געווען דאס געזעץ לטובת החינוך, אבער די רשעים רוהן נישט איין און האבן איינגעגעבן א קלאגע אין געריכט ס'איז א ערנסטע קלאגע און מען האפט און מען איז מתפלל צו הקב"ה 'בטל מחשבות שונאינו' אז זיי זאלן נישט מצליח זיין און נישט קענען שטערן די חינוך פון די תשב"ר.
- די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבת בארה"ק ווי צענדליגע בחורים זענען געזעצן אין תפיסה דעם יו"ט ראש השנה פארן איינציגסטן חטא פון לערנען תורה, צווישן זיי א בחור מתלמידי ישיבתינו הק' פון בני ברק, מען דארף דאנקן הקב"ה אז עס איז דא א קול מלחמה במחנה און מען טוט שטארק מחזק זיין די לוחמים וואס זענען לוחם מיט אן ערנסטקייט, אבער אין די זעלבע צייט זענען ליידער דא אזעלכע וואס ארבעטן אויף פשרות וואס דורך דעם קען האלב כלל ישראל חלילה יא אנקומען אין די טמא'נע מיליטער, אונז רוף מיר אויס פאר די פאליטיקאנטן אז אידישע נשמות זענען נישט קיין מקח וממכר פאר פאליטיק! און מען טאר נישט מפקיר זיין קיין שום נפש מישראל!
- און דערביי שטארק מחזק געווען די עסקנים פון מרכז עזרה ויעוץ וועלכע שטייען אויפן פראנט ארויסצוהעלפן צו ראטעווען יעדעם איינעם פון מיליטער.

- ארומגערעדט איבער די פראבלעמען פון די כלים למיניהם ובפרט די תאוה פון בחורים צו האבן א אייגענע טעלעפאון, און אויפגעפאדערט פון די עלטערן נישט צו געבן קיין טעלעפאון פאר א בחור, עס איז שוין איינגעפירט די לעצטע פאר יאר אז עס איז צוגעשטעלט אומזיסטע טעלעפאנען אין אלע בתי מדרשים און מען פירט עס יעצט איין אין די שאפינג צענטערן אזוי אז עס זאל נישט זיין קיין שום תירוץ פאר א בחור צו האבן א טעלעפאון.
- דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די דירות פרייזן וואס זענען ב"ה שטארק געפאלן סיי צו קויפן און סיי צו דינגען א דירה, און מחזק געווען זיך צו האלטן פעסט און נישט צאלן מער פון די פרייז וואס מען האט באשטימט און קיינער זאל נישט זאגן אז איך בין א אויסנאם, און אזוי וועט מען מצליח זיין צו האלטן די פרייזן נידריג סיי אין קרית יואל און אין קרית יואל המורחבת.
דער רבי האט מסיים געווען נאכזאגענדיג וואס ער האט זוכה געווען אליינס צו הערן מפ"ק פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א ביי די דרשה שנת תשכ"ו, אזוי ווי דער הייליגער שינאווער רב זיע''א האט געזאגט בשנת תרס"ו אז עס איז א זמן פקידה, און ווי דער הייליגן ישמח משה זיע''א האט געזאגט אז יעדע זעכציג יאר איז נאכאמאל א זמן פקידה און איינגעריסן אז מען זאל זוכה זיין תשכ"ו צו ביאת המשיח, האט דער רבי געזאגט אז אונז שטיי מיר שוין היינט תשפ"ו זעכציג יאר שפעטער און מען האפט און מען איז מתפלל אז דאס יאר זאל שוין זיין דאס יאר ווען מ'וועט זוכה זיין צו ביאת המשיח, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.

מען האט געענדיגט די דרשה ארום 7:50 און דער רבי האט געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הרה"ח ר' שמואל לייבוש וויינבערגער הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 462