בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday28 Elul 57859/21/2025

Report
שב''ק פרשת נצבים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 7:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' עמרם אקער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 9:05. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 9:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון אלע סניפי ישיבות קטנות פון קר"י, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' בנימין חיים מייזליש ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט"א (ב"ב).

פאר די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן מדרש 'ישראל שאין מכלין שדותיהן לא אעשה כלה' און געטייטשט אז דורך צדקה וחסד ווערט מען פארשריבן צום נייעם יאר לטובה, אזוי ווי מען גייט אי''ה פארן קיין ארץ ישראל דעם קומענדיגן ווינטער וויל איך מכבד זיין די בחורים צו אויסניצן די צייט פון בין הזמנים און גיין נאך געלט פאר עניי ארץ ישראל און אין דעם זכות וועט מען ארויסגיין זכאי בדין, און דערנאך ממשיך געווען מיט הדרכה וועגן טעלעפאנען ביי בחורים מען זאל וויסן דעם חורבן דערפון, נישט אזוי ווערט מען א גרויסע בחור, און מסיים געווען בברכת קדשו.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א - ראש המנהלים קר"י.
- מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף ייטב פנים.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אתם נצבים היום און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אויף צוויי אופנים אין די סוגיא פון מצוות לאו ליהנות ניתנו.

- קה אכסוף: הרה''ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף אבני צדק.
- ברכת המזון: נכד רבינו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א (וומסב''ג) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק השר שלום מבעלזא זיע''א וואס די יארצייט איז געווען שב"ק כ"ז אלול.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו (וומסב''ג).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:30.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט"א.

עליות.
- כהן: ר' יצחק ישעי' כ"ץ הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- לוי: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו.
- שלישי: ר' אברהם אלי' זאלדאן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- רביעי: ר' יואל בר"א גאלדבערגער הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- חמישי: ר' משה בר"מ פאלקאוויטש הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שישי: רבינו שליט''א.
- שביעי: ר' משולם איסר וויינגארטן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- אחרון: ר' נפתלי הירצקא ברי"א שווארטץ הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- מפטיר: הרה"ח ר' אברהם גאלדבערגער הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' ישראל ברוך הערשקאוויטש הי"ו.
- גלילה: ר' שמעון דוב פילאפף הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.

מוסף: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף קדיש פילאפף הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:25.

נאכמיטאג ארום 6:45 איז דער רבי אראפגעקומען אינטן אינעם זאל בביתו נאוה קודש ווי די קאפעליע האט פארגעזינגען די נייע ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן לקראת די ימים נוראים הבעל"ט, דער רבי האט מיטגעהאלט מיט די משוררים און אויסגעהערט די ניגונים און דערנאך מאציל געווען מברכת קדשו שיתקבל לרחמים ולרצון.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:35.
- מנחה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אשר אנשיל זאלדאן הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' אברהם שלמה כ"ץ הי"ו - לאנדאן.
- לוי: הרה"ח ר' מענדל לעווי הי"ו.
- שלישי: הר"ר ארי' מרדכי ראבינאוויטש שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו - וומסב''ג.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען:
- אודה: הרה"ג ר' מענדל גאלד שליט"א מלובלין.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אתם נצבים היום' און געטייטשט אז יעצט פאר ראש השנה ווען מען איז עוסק בתשובה ותיקון המעשים דארף מען ווערן מלא בושה וכלומה פארוואס מען ווערט נאר נתעורר לתשובה דורך אימות הדין וצרות בבתי ישראל, מען וואלט געדארפט נתעורר ווערן לתשובה אפילו אן דעם, אבער כאטש דאס אליינס איז אויך עפעס נאר מיטן כח פון בושה איז אזיל סומקא ואתא חיוורא גייט אוועק די אלע דינים און עס ווערט נשפע רחמים וחסדים צום נייעם יאר.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️