בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday24 Elul 57859/17/2025

Report
דינסטאג פרשת נצבים - ג' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

באשמורת הבוקר אום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפלה: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א - ראש ישיבת שיעור ד'. מען האט געענדיגט ארום 6:20, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו.
- ב"ר אברהם יוסף שטעסל הי"ו.
- ב"ר יואל ברש"ה שעהר הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב"ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. תיכף ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' שלמה יעקב ליבערמאן הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלמה יעקב הי"ו און איז געווארן אריינגעגעבן היינט אויפדערנאכט בבית מדרשינו הגדול אין וומסב"ג,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' שלמה יעקב הי"ו פאר בנו הרה"ח ר' מנחם הי"ו און אלע בני המשפחה.

זמני כניסה איז געווען פון 5:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:40, און מעריב ארום 10:40, און האט ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️