בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"א אלול תשפ"ה9/14/2025

באריכט
זונטאג נצבים - א' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

באשמורת הבוקר אום 5:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול דקרית יואל.
דאס ביהמ"ד הגדול מיט אלע אירע היכלים און קארידארן ביז צום פארטש, זענען געווען איבערגעפילט מלא על כל גדותיו מיט שווערע טויזענטער אנ''ש פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשורזי. רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה בהתעוררות רב, מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א, מאוצרו פון הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו, און פארגעזאגט אין א סליחות פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א מיט גרויס התעוררות, מען האט געענדיגט ארום 6:25.
תיכף נאך סליחות איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי וואו דער רבי האט תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
- בן הרב אברהם ישכר בעריש וועלץ הי"ו (ב"פ).
- ב"ר מענדל בר"מ הירש הי"ו (וומסב"ג).

דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 9:30. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר משה ווייסמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים שמעון ברש"ל וויינבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש ווי עס איז פארגעקומען די ברית'ן לתאומים הנולדים אצל נכדו ר' אברהם הערש געלבשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:00 אזייגער ביז 10:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' גדלי' וויינבערגער הי"ו און הרה"ח ר' משה ברוך ענגלענדער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד דברי יואל צום שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרה"ח ר' גדלי' מתתי' לענעראוויטש הי"ו אינאיינעם מיט די מתפללי הביהמ"ד, דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט און מכבד געווען הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד און די נדבן הספר תורה צו טאנצן, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד. נאך מנחה ארום 7:55 איז דער רבי צוריק לביתו נאוה קודש און ממשיך געווען די זמני כניסה.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו האט מנדב געווען א גרויסע סכום פאר די מקוה טהרה החדש אין קר"י, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:50.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️