בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ח אלול תשפ"ה9/11/2025

באריכט
דאנערשטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי בנציון עקשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יושע איצקאוויטש הי"ו.
- ב"ר שלום משה עקשטיין הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און אנגעהויבן די צווייטע מאל ספר תהילים און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אויך זענען אריין בקו''פ די תלמידי מציוני הישיבה וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ מסכת שבת, און דער רבי האט פארטיילט א תהילים פאר אלע בחורים און מאציל געווען מברכת קדשו.

נאך א קורצע צייט ארום 12:45 איז דער רבי צוריק אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד פארגעלערנט די זיבעטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה, און נאכן סוגיא שיעור ממשיך געווען מיט דברי מוסר והדרכה לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט און ארויסגעברענגט די שמחה פון די בחורים יעצט ווען מען שטייט סוף יאר און מען גייט אהיים מיט גאנץ מסכת שבת, 'בזאת יבא אהרן אל הקודש' בזאת שטייט אין די גמרא מיינט מען שבת, מיט מסכת שבת גייט מען צו צום יום הדין, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד סיום הזמן, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה. מען האט געענדיגט ארום 1:40.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת. ביים ארויסקומען פון בית השחיטה האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי די מצה בעקערי דקהלתינו הק' וועלכע ווערט פארברייטערט צו קענען נאכקומען די פארלאנג פאר די מהודר'דיגע מצות.

אין די נאכמיטאג שעות זענען אריין בקו''פ א קבוצה עסקנים פון יוסטאן טעקסאס וועלכע פירן אן מיט די הכנסת אורחים לטובת חולי ישראל אין די ארטיגע שפיטעלער, אין באגלייטונג פונעם דינאמישער עסקן למען חולי ישראל ר' מאיר וואלף מענדלאוויטש הי"ו. עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די פילע פעולות לטובת די חולי ישראל און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 12:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 7:30 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א און הרה"ח ר' נפתלי הירצקא בר"ה ווייס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' משה העניך פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' ברוך מרדכי ראזענבערג הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
נאך די חופות האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 678