בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגט"ז אלול תשפ"ה9/9/2025

באריכט
דינסטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה סניף עסק התורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידנפעלד שליט"א.

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה ראובן מאלח הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק. דער רבי האט געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר ישראל בר"א שפיטצער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט די צען קאפיטלעך תהילים כנהוג.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל סיום הזמן, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי חיזוק פאר די בחורים און מסיים געווען בברכת קדשו, און דער רבי האט פארטיילט פאר אלע בחורים ספר כתבי יואל.

דערנאך איז דער רבי אראפ צום אונטערשטן שטאק פונעם ביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי די מקוה און די היכל התורה און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד, איבער די פלענער פון די פארשריט להרחבת גבולי הקדושה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 1:35 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט דעם זעקסטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה. נאכן סוגיא שיעור האט דער רבי משמיע געווען דב"ק פאר די תלמידי הישיבה פון אלע סניפים, דער רבי האט געזאגט אז בעז"ה האפט מען צו פארן דעם קומענדיגן פרשת תולדות קיין ארה"ק צו מחזק זיין אנשי שלומינו און קהלתינו ומוסדותינו הק' בארה"ק, אזוי אויך האפט מען צו זיין אויף שב"ק אין מירון וואס איז גאר א דערהויבענע זאך, און דער שבת מירון פון פרשת פקודי תשע"ו ליגט נאך אין די ביינער ביז היינט. דערביי האט דער רבי געבעטן די בחורים און אזוי אויך חתנים וועלכע זענען נאך בין כותלי הישיבה, נישט מיטצופארן קיין ארץ ישראל נאך וואס עס גייט זיין אנהייב זמן און עס קען צוברעכן די סדרי הישיבה, און דער רבי האט דערביי געבעטן די בחורים אז אזוי ווי עס איז דא אסאך עניי ארץ ישראל און מען פארט דאך זיי צו מחזק זיין דערפאר בעט מען די בחורים אז מען זאל גיין נאך געלט במשך די ימי בין הזמנים און שאפן גרעסערע געלטער צו קענען פארטיילן אין ארה"ק פאר אנ"ש עניי אר"י, און דער רבי האט פארענדיגט זאגענדיג אז די אלע בחורים וואס וועלן אריינברענגען סכומים הגונים וועט מען מיטנעמען זייער קוויטל להיפקד בדבר ישועה ורחמים ביים ציון פון תנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי אין מירון, וכדי הוא רבי שמעון לסמוך עליו.
מען האט געענדיגט ארום 2:30.

פון דארט איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב"ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה, וואס איז געווען פון 4:45 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

ארום 7:15 איז געווען א קורצע הפסק ווען דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו מנאמני רבינו שליט"א, און מפאר געווען בראש שמחת השבע ברכות פון בנו החתן ני"ו למז"ט. עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס בזכרונות מימי קדם און פון הרה"ק רבי משה'לע שיניאווער זיע"א, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן חתן, די מחותנים, און די חשובע זיידעס שיחיו.

דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש און ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מקרעטשניף סיגוט - וומסב"ג שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגי אבילות בשנת האבל. האדמו"ר מקרעטשניף שליט"א האט איבערגעגעבן א קוויטל פאר רבינו שליט"א לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקודש פנימה הנהלת חבורת יסודי התורה לרגל דעם קאמפיין מרבה צו זיין לומדי החבורה לקראת דעם סיום רבתי פון חצי ש"ס וועלכע קומט פאהר ברצו"ה קומענדיגע חודש חשון הבעל"ט, דער רבי האט א לענגערע צייט איבערגעקוקט די רשימת הלומדים און געהערט א באריכט איבער די ווייטערדיגע פלענער פון די חבורה און האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די הנהלה.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 539