פרייטאג ערש''ק כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין קליין אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' סניף הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר שלמה בר"נ פיש הי"ו. - ב"ר משה ארי' בראך הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, מלמדים און קינדער, און משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות פון די בחור'ישע יארן און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אראפ צום ערשטן שטאק פונעם בנין הת''ת ווי עס איז פארגעקומען די מעמד 'ברנה יקצרו' וסיום חזרת לימודי השנה דורך די תלמידי כתה ה' פון אלע סניפים פון מוסדות קרית יואל, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, און דער ראש המנהלים הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א פארהערט די קינדער אויף די לימודים בשעת דער רבי קוקט זיך צו מיט א שטארקע קורת רוח. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער, און משמיע געווען דב''ק והדרכה פאר די קינדער און מעורר געווען צו דאווענען און בענטשן ברכת המזון פון אינעווייניג אין א סידור, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
ארום 1:30 איז דער רבי געפארן קיין מאנסי. צום ערשט האט דער רבי מנחם אבל געווען ש"ב האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א היושב ע"פ אחותו הרבנית מוויזניץ קיימישע ע"ה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי בית ראחמיסטריווקא און דער רבי האט אים געוואונטשן ברכת תנחומין.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבילים ביי הרה"ג ר' מרדכי זילבערשטיין שליט"א היושב ע"פ אשתו ע"ה.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אליעזר ברא"ש פריעדמאן הי"ו היושב ע"פ בנו ע"ה. פון דארט איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י.