בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"א אלול תשפ"ה9/4/2025

באריכט
דאנערשטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"פ גלאנצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

איידער תפילת שחרית האבן זיך פארבינדן מיט רבינו שליט"א ראשי הנהלת מוסדותינו הק' פון בארא פארק, און איבערגעגעבן די פריידיגע בשורה אז מוסדותינו הק' האבן ב"ה געזיגט אין געריכט אינעם פשרה'לאזער קאמף להצלת עתיד חינוך הטהור אין ניו יארק, און דער ריכטער האט ב"ה געאורטיילט אז צוליב די נייע גינסטיגע געזעץ לטובת החינוך וועלכער איז אדורכגעפירט געווארן דורך עסקני קהלתינו הק' עפ"י הוראת הקודש פון מרן רבינו שליט"א, קען די סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט נישט פסל'ען מוסדותינו הק' פון ווייטער פאררעכנט ווערן אלץ א לעגאלע מוסד, רבינו שליט"א האט אויסגעשמועסט אלע דעטאלן פונעם פסק און אויסגעדרוקט א שטארקע קורת רוח פון די פריידיגע אנטוויקלונג לטובת אונזער חינוך הטהור מיד ולדורות.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור בן הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה דקהלתינו הק' ב"פ.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג. און דערנאך פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס במנהגי הנחת תפילין.

ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט דעם פערטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה, נאכן סוגיא שיעור האט זיך דער רבי מפלפל געווען מיט די בחורים כנהוג, מען האט געענדיגט ארום 2:15.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יקותיאל יודא מאלח הי"ו און הרה"ח ר' אברהם קלמן אליעזר מאסרי הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' משה יצחק העללער הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברח"א ליכטמאן הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' חיים בנימין אליעזר ווערטהיימער הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"מ גראס הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.

נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת גאטליעב היושבים ע"פ אחיהם הרה"ח ר' חיים משה גאטליעב ע"ה.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם מרדכי זאב שווארטץ הי"ו און הר"ר זלמן לייב פארקאש שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️