בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגח' אלול תשפ"ה9/1/2025

באריכט
מאנטאג כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב אליעזר בערקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

פאר שחרית האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען האחים האדמורי"ם מקרעטשניף סיגוט שליט"א היושבים בארה"ק, און דערנאך די ברודערס האחים האדמורי"ם שליט"א היושבים בחו"ל ע"פ אביהם האדמו"ר מקרעטשניף סיגוט זצ"ל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יעקב מענדלאוויטש הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען מחותנו האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א היושב ע"פ אחיו האדמו"ר מקרעטשניף סיגוט זצ"ל.

ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט דעם ערשטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה, און נאכן שיעור האט זיך דער רבי כדרכו בקודש מפלפל געווען בריתחא דאורייתא מיט די תלמידים, מען האט געענדיגט ארום 2:30.

אין די נאכמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה לומדי כולל בעלזא פון ב"פ אינאיינעם מיט הגה"צ ר' אשר עקשטיין שליט"א דומ"ץ בעלזא ב"פ וועלכע זענען געווען אויף א באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת נאכן אדורכלערנען שו"ע יו"ד ח"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני שחיטה ומליחה און איבער די פילע חומרות פון די בית השחיטה אין קר"י.
דערנאך זענען אלע אינגעלייט אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגה"צ דומ"ץ בעלזא שליט"א און פארן ראה"כ הרה"ג ר' מיכאל פסח אויסטערליץ שליט"א.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר יואל ברש"ד מארקאוויטש שליטא און הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' אלכסנדר משה קליין הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"י ברוין הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' אלעזר פעלדמאן הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ישעי' שלום קנאפלער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים: הרה"ח ר' זאב דוב וויזענפעלד הי"ו און הרה"ח ר' יחזקאל שרגא פריעדמאן הי"ו - מאנטרעאל.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 449