בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

שבת קודשו' אלול תשפ"ה8/30/2025

באריכט
שב''ק פרשת שופטים - יומדה"ק פון מרן הגה"ק הייטב לב זיע''א - 'שבת הקהל' בתוך קהל ועדה מיט הונדערטער אנ''ש פון מאנסי אינעם ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעטיקעט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אנשי קהלתינו הק' אין מאנסי געבן א שבח והודיה פארן הייליגן באשעפער נאכן אויסטערליש געהויבענער שב''ק ווען מען האט מקיים געווען דעם תכין לך הדרך און אוועקגעפארן בדרך רחוקה לחסות בצל הקודש, מקבל צו זיין מלא חפנים השפעות קדושות ויסודות איתנים אין אלע תחומי החיים, האבענדיג די זכיה אז אבינו רועינו רבינו הגה''ק שליט''א גלייה לדרעיה ונפל נהורא מיט שטארקע דב''ק, הדרכה, והתעוררות, כמה פעמים במשך פונעם שבת עפ''י דרכו פונעם בעל הילולא מרן הייטב לב זיע''א, וקמת ועלית א התעלות און התרוממות לבני קהלתינו מיד ולדורות, און מיט א תפילה לא' חי פאר כ"ק רבינו שליט''א, יאריך ימים על ממלכתו מיט געזונטע יארן ווייטער אונז פירן קעגן משיח צדקינו במהרה


פרייטאג נאכמיטאג ארום 3:00 איז דער רבי אנגעקומען אין האטעל לעשות את השבת, זיך באגריסט מיט ראשי והנהלת קהלתינו הק' און זיך אומגעקוקט אינעם האטעל.

עטליכע מינוט פאר זמן הדלקה"נ ארום 7:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און אנגעצינדן די ליכט ביים עמוד לרגל די הילולא קדישא.
דערנאך האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתנים.
- החתן טובי' ב"ר בנציון וויינבערגער הי"ו.
- החתן שאול משה ב"ר זלמן לייב מאלח הי"ו.

דערנאך איז דער רבי אריין אינעם היכל השלחנות מדליק געווען מיט א ברכה די נרות שבת קודש.

פארנאכטס ארום 7:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
נאך מנחה האט הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו הק' וומסב''ג אויפגעטרעטן מיטן דרשת פתיחת השבת.
קבלת שבת: הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א.
נאך אלע תפילות במשך שב"ק האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יומדה"ק. מען האט געענדיגט ארום 9:40. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 10:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט אלע חברי קהלתינו הק'. און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: הב' חיים הערש בן הרה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד סיגוט מאנסי. הגבהת הכוס: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.

נאך קידוש זענען די בחורים ארויס ווי זיי האבן געגעסן די סעודת שב"ק אין א עקסטערע זאל און זענען צוריקגעקומען צו די זמירות וד"ת.

נאך די פיש האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דב"ק אויפן פסוק 'תכין לך הדרך ושלשת' און געזאגט אז אזויווי מען שטייט ביומא דהילולא פונעם ייטב לב זיע''א וואס ער האט אוועקגעשטעלט דעם נייע אופן פון חסידות וואס האלט אן עד היום הזה, דארף מען זיך מתבונן זיין וואס איז זיין דרך און מיט וואס ווערט מען אנגערופן א חסיד'ישע איד, בפרטי פרטיות האט דער רבי אויסגעשמועסט דריי כללים, הנהגת עצמיות, הנהגת הבית, השקפה טהורה בביאת המשיח, בפרט אז מען וואוינט אין אזא גרויסע שטאט ווי מאנסי וואס אויסער אסאך ערליכע אידן וואוינען דארט אויך קלים ורקים, דארף מען זיין אפגעשיידט און ממאס זיין אין אלע מאדעריניזם, און זיך האלטן שטארק דורך דאווענען אין אונזערע בתי מדרשים אפילו אויב מען דארף גיין א לאנגע וועג, און זיך האלטן מיט אלע כוחות אין דעם דרך פונעם הייליגן ייטב לב זיע''א ולאורו נסע ונלך.

נאך די זופ האט דער רבי נאכאמאל משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'תכין לך הדרך ושלשת' בדברי הדרכה בהנהגת הבית בפרט בנוגע חינוך הבנים והבנות, איינגעוואוינען די קינדער צו רעדן א איידעלע שפראך און חלילה נישט רעדן קיין שקר וניבול פה, און יענעמס א פרוטה זאל זיין ווי טריפה, און פירן א העכערע הנהגת שבת און אינדערוואכן, און האלטן א עינא פקיחא אויף אלע ענינים, מכבד זיין און מחזק זיין די מלמדים סיי מיט געלט און סיי מיט ווערטער, און אזוי וועט מען בעז"ה מגדל זיין ערליכע און חסידישע דורות עד ביאת הגואל.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען:
- כל מקדש: הר"ר משה גראס שליט"א מקערעסטיר.
- מנוחה ושמחה: הר"ר שמואל גראס שליט"א מקערעסטיר.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כי יפלא ממך דבר' און עס געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.

- קה אכסוף: הרה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א מסיגוט מאנסי.
- ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערצײלט פונעם בעל הילולא זיע''א א לענגערע צייט.

- קה רבון עלם: הרה"ג ר' נתן דוד אשכנזי שליט"א מסטאניסלוב.
די בחורים זענען אריבער נעמען פירות ווען דער רבי איז געזעצן במאור פנים און באטראכט יעדן בחור בשעת דער הויז בחור האט געטיילט די פירות בשליחתו. און עס איז פארגעקומען א שלום זכר לבן הנולד אצל ר' שלמה אלעזר ליכטענשטיין הי"ו.
- אז ביום השביעי: הר"ר ליפא האלבערשטאם שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 1:50.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:55.
ברכות: הר"ר שלמה זלמן וויינבערגער שליט"א (קר"י). פסוקי דזמרה: הר"ר אלטר וועבערמאן שליט"א. דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל יושע קאליש הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ''ד סיגוט מאנסי.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' בנציון וויינבערגער הי"ו.
- בעל קורא: הרה"ח ר' אברהם משה גאטטעסמאן הי"ו.

ביי די עליות האבן עולה געווען די נדבני ופטרוני השבת וועלכע האבן דערביי אויך געשנדר'ט גרויסע סכומים און אפגעקויפט זכותים אינעם נייעם בנין פון ישיבה קטנה סניף קנין תורה.

עליות.
- כהן: הרה"ג ר' אהרן איזריעל שליט"א ראה"כ.
- לוי: החתן טובי' ב"ר בנציון וויינבערגער הי"ו - באווארפען.
- שלישי: הרה"ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו.
- רביעי: החתן שאול משה ב"ר זלמן לייב מאלח הי"ו - באווארפען.
- חמישי: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א

נאכן עולה זיין האט דער רבי געהייסן מאכן א מי שברך פאר די פטרוני השבת און עקסטער א מי שברך לחולה פאר הב' יוסף יושע בן פרומט בילא לרפו"ש - אחד מבני אנשי שלומינו פון מאנסי.

- שביעי: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
- הוספות: הרה"ח ר' יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו.
- הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו.
- אחרון: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
- מפטיר: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו.
- הגבה: ר' נפתלי הירצקא בר"ב בערגער הי"ו.
- גלילה: ר' לייבוש פרנס הי"ו.

צו תפילת מוסף האט דער רבי צוגעשיקט הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א - נכד בעל הילולא זיע''א.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה טאבאק הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום קידוש אין איינע פון די זייטיגע צימערן ווי עס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן די נדבני ופטרוני השבת, דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט אז צווישן אלע נדבות ביי די עליות איז אריינגעקומען דעם ריזן סכום פון צוויי אהאלב מיליאן דאלער! לטובת דעם נייעם בנין פון ישיבה קטנה סניף קנין תורה וועלכע האלט אינמיטן אירע בוי פאזעס, און מודיע געווען בשם המשב''ק אז רבינו שליט"א אליין ברענגט אריין דעם סכום פון א מיליאן דאלער פארן נייעם בנין הישיבה.

מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט פארציילט סיפורי קודש לבית סיגוט און מאציל געווען מברכת קדשו ברכת קדשו פאר אלע נדבנים.

ארום 1:30 איז דער רבי אריינגעקומען אינעם זאל ווי די בחורים האבן געגעסן די סעודת שבת, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט משמיע געווען דב"ק והדרכה פאר די בחורים אויפן פסוק 'תכין לך הדרך ושלשת' איז מרמז אויף דכם ווארט וימאן, די דריי מאל ניין וואס מען דארף זאגן פארן יצר הרע, און די עצה איז מיט לימוד התורה בטהרה במקוה ותפילה כדבעי און נישט רעדן קיין שיחת חולין מיט די תפילין, פארשטיין וואס מען לערנט און זיך פירן ווי עס פאסט פאר א חסידישע בחור בכל ענינים, און מסיים געווען בברכת קדשו.
ביים ארויסגיין האט דער אהנגעוואונטשן פארן אדמיניסטראטער הרה''ח ר' בערל ראזענפעלד הי''ו.

ארום 1:50 איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל השלחנות צו די סעודה, דער רבי האט זיך געוואשן און הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, און לסיום דבריו זיך שטארק באדאנקט פאר רבינו שליט"א און ארויסגעברענגט אז אין בעל הנס מכיר בניסו די זכיה לחסות בצל קדשו פון רבי'ן וואס דבריו נשמעים מסוף העולם ועד סופו, און אנגעוואונטשן פאר רבינו שליט"א אז מען זאל ווייטער קענען משפיע זיין פאר לאנגע געזונטע יארן עד ביאת הגואל.

נאך די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'כי יפלא ממך דבר' און געטייטשט מיטן באקאנטן משל אז ווילאנג א איד לערנט תורה איז עס ווי שיינע ניגונים און מען פארקוקט אין הימל אויף זיינע מעשים און מעורר געווען צו קומען אין ביהמ''ד לערנען יעדן טאג.

ביי די פצעי האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר אלע מלמדים פון מוסדותינו הק'.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען.
- ברוך ה' יום יום: תלמידי ישיבה קטנה סניף קנין תורה.
- ברוך קל עליון: תלמידי ישיבה קטנה סניף דרכי התורה.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'תכין לך הדרך ושלשת' און געטייטשט אז כדאי תשובה טוען דארף מען נישט צוקומען צו קיין תענתים און סיגופים נאר עס דארף זיין אמת'דיג ווייל הקב''ה איז א בוחן לבבות.

ברכת המזון: הרה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט''א רב דביהמ"ד סיגוט מאנסי. מען האט געענדיגט ארום 3:40.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה ארום 7:50.
- מנחה: הר"ר אברהם יושע העשיל באב"ד שליט"א.
- פתיחה: הרב יחזקאל שרגא בראך שליט"א.
- בעל קורא: ר' שמעון פערלמוטער הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' שלום יעקב שווארטץ הי"ו.
- לוי: הר"ר שלמה זלמן וויינבערגער שליט"א.
- שלישי: הרה"ח ר' חיים יעקב שאהנפעלד הי"ו (וומסב''ג).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: משמש הרה"ח ר' יואל פריעדמאן הי"ו.

נאך מנחה איז דער רבי אריבער אין היכל השלחנות צו של''ס. און מכבד געווען מיט די זמירות דייני קהלתינו הק'.
- אודה: הרה"ג ר' יואל פריעדמאן שליט"א.
- שיר המעלות: הרה"ג ר' יואל געלב שליט"א.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'תכין לך הדרך ושלשת' און געטייטשט אז ווען א איד טוט תשובה חודש אלול איז דא די מקטריגים אז מען זאל עס נישט אננעמען ווייל פאריאר און פאר צוויי יאר האט ער זיך אויך מקבל געווען לתשובה ולתיקון המעשים אבער ביים סוף ושבו בנים לגבולם, און מכח די אמונה פון אידישע קינדער אין ביאת המשיח אפילו נאך אזויפיל יאר ווערט די תשובה נתקבל לרחמים ולרצון.

- ידיד נפש: הרה"ג ר' אפרים משה לעווי שליט"א.
- קל מסתתר: הרה"ג ר' חיים האלד שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מעריב מוצש''ק: הב' בנש"ק משה ני"ו בהר"ר אברהם דוד וואגשאהל ז"ל. נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור אינאיינעם. מען האט געענדיגט ארום 10:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️