בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is shown here in English. אידיש · Show original Yiddish

Tuesday2 Elul 57858/26/2025

Report
דינסטאג פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יחזקאל שרגא נפתלי הערשקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט די צען קאפיטלעך תהילים כנהוג. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.

ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס איז פארגעקומען די 'חומש סעודה' פאר די אריבער פינף הונדערט תלמידי כתה א' בליע"ה פון אלע סניפים פון מוסדותינו הק' אין קר"י,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד,
און געזאגט די פסוקי חומש ויקרא אנגעפירט דורך די מנהלים הר"ר יואל אקער שליט"א, הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א, און הר"ר דוד פאלקאוויטש שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים, און משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה פאר די קינדער,
און דער רבי האט פארטיילט א מתנה פאר אלע קינדער א קרי"ש שעל המטה זאגער'ל.

דער רבי האט איבערגעגעבן א מתנה פאר הרבני הנכבד ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט דעם זכות פונעם מעמד, אויך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, דערנאך האבן זיך די קינדער אויפגעשטעלט טאנצן בעת דער רבי קוקט זיך צו מיט א שטארקע קורת רוח פאר א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 2:50.

דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 6:00 אזייגער ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:45, און מעריב ארום 10:15 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

English translation coming soon