דינסטאג פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יחזקאל שרגא נפתלי הערשקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט די צען קאפיטלעך תהילים כנהוג. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס איז פארגעקומען די 'חומש סעודה' פאר די אריבער פינף הונדערט תלמידי כתה א' בליע"ה פון אלע סניפים פון מוסדותינו הק' אין קר"י,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד,
און געזאגט די פסוקי חומש ויקרא אנגעפירט דורך די מנהלים הר"ר יואל אקער שליט"א, הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א, און הר"ר דוד פאלקאוויטש שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים, און משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה פאר די קינדער,
און דער רבי האט פארטיילט א מתנה פאר אלע קינדער א קרי"ש שעל המטה זאגער'ל.
דער רבי האט איבערגעגעבן א מתנה פאר הרבני הנכבד ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט דעם זכות פונעם מעמד, אויך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, דערנאך האבן זיך די קינדער אויפגעשטעלט טאנצן בעת דער רבי קוקט זיך צו מיט א שטארקע קורת רוח פאר א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 2:50.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 6:00 אזייגער ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:45, און מעריב ארום 10:15 בביתו נאוה קודש.
מיטוואך פרשת שופטים
אינדערפרי פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית:
- לבן הנולד אצל ר' לייב בר"מ פרענקל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- בן הנולד אצל ר' משה שמואל ברי"א שטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאך די ברית'ן האט דכר רבי געהערט א גריס פון הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א, וועלכע האט איבערגעגעבן א שיינעם גריס פון קהלותינו הק' אין ארה"ק נאכן אויפטרעטן ביים היסטארישן מעמד הנחת אבן הפינה פארן בנין האדיר והחדש פון קהלתינו ומוסדותינו הק' בירושלים עיה"ק דעם פארגאנגענעם כ"ו אב, און אזוי אויך ביים סיום הש"ס במסגרת חבורת תורתך שעשועי אין בני ברק און אין בית שמש און דער רבי האט אים אויסגעפרעגט איבער זיין דרשה ביים משפט אינעם מיליטערישע טורמע אין ארה"ק פאר עטליכע בחורים וועלכע זענען ארעסטירט געווארן צוליב די גזירה פון גיוס בני ישיבות.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יואל בר"א קויפמאן הי"ו - תאומים.
- ב"ר מרדכי ווייס הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט און נאך עלינו געזאגט קדיש לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הענדל ע"ה, אשת חבר הרה"ק רבי ישראל יעקב יוקל מ'וואלאווע זצ"ל.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט די צען קאפיטלעך תהילים כנהוג.
דער רבי האט פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'. און דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הענדל ע"ה, אשת חבר הרה"ק רבי ישראל יעקב יוקל מ'וואלאווע זצ"ל.
נאך מנחה האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' משה שרגא פאגעל הי"ו און הר"ר יחזקאל שרגא ברי"א שטיין שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' הלל בר"מ הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"י שפילמאן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' מאיר יודא מאלח הי"ו און הרה"ח ר' יחזקאל אלטלף הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 10:30 ריז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' חיים דוד פריעד הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שעהנברוין הי"ו.
- הר"ר בעריש גראס שליט"א און הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער אינעם טהרה שטובל בבית החיים דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען בני הרה"ח הישיש המנוח ר' גדלי' יערמיאש ע"ה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
