בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגא' אלול תשפ"ה8/25/2025

באריכט
מאנטאג פרשת שופטים, בר"ח אלול 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א


אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף ייטב פנים בהנהלת הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שלמה לייפער הי"ו. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי. נאכן דאווענען האט מען געזאגט לדוד ה' אורי כנהוג און דערנאך האט דער רבי געבלאזן שופר און דערנאך געזאגט די צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פונעם משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל נכדו ר' אברהם מענדלאוויטש הי"ו בן הרה"ג ר' יעקב אלעזר ז"ל - רב דביהמ"ד הלכה ברורה, וואו דער רבי איז געווען סנדק,
נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל ברית, פאר משב"ק הרה"ח ר' יושע הי"ו און פאר די גאנצע משפחה.

זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' מיכל ברי"ש פריעדמאן הי"ו און הר"ר אלעזר רובינפעלד שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' אהרן שלמה ווייס הי"ו און הרה"ח ר' שמואל ברא"מ גאלדשטיין הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
צווישן די חופות האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 10:30 איז דער רבינ אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א און הר"ר שלום יוסף סאמעט שליט"א.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי יושע שלום נתן רובין שליט"א - אבד"ק גלאגוב, לברך ולהתברך לקראת די ימים נוראים הבעל"ט און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו. דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️