בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ה מנחם אב תשפ"ה8/19/2025

באריכט
מאנטאג פרשת ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר אלי' גאלדבערגער הי"ו.
- ב"ר ישראל יודא גוטמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' משה שמואל פרענקל הי"ו האט מנדב געווען א גרויסן סכום איבערצובויען די מקוה אין ביהמ"ד בית מרדכי דקהלתינו הק', די חברי וועד קרן הבנין פונעם ביהמ"ד האבן איבערגעגעבן א באריכט איבער דעם פראיעקט איבערצובויען פראכטפול די מקוה און נאך חלקי הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער די פילע נדבות פונעם חשוב'ן נדבן פארן ביהמ"ד און פאר מוסדותינו הק', דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און מאציל געווען מברכת קדשו פארן נדבן, פאר הרה"ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד, און פאר די חברי הנהלת הביהמ"ד.

ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א, אבד"ק שאץ מאנסי ונשיא מוסד נועם אלימלך עטה''ק בבני ברק, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבער מוסדות החינוך עטה"ק בארה"ק, און בפרט איבער ת"ת נועם אלימלך עטה"ק בבני ברק ווי דער רב שליט"א איז דער נושא בעול, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקודש פנימה תלמידי מחנה אור שרגא פון לעיקוואד, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

אויך איז אריין בקודש פנימה הר"ר שמואל אהרן טרויבע שליט"א, מראשי וועד משמרת הסת"ם בב"פ, אינאיינעם מיט חברי וועד הסת"ם שע"י בית הוראה דקהלתינו הק', עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס בעניני סופרות און בפרט איבער די לעצטיגע שערוריא פון געדרוקטע מזוזות, מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע מהלכים צו פארבעסערן די פראבלעמען פון די ארץ ישראל'דיגע מזוזות און איבער די תיקונים וואס זענען שוין געמאכט געווארן איבער דעם, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 10:45 איז רבינו שליט"א אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו און הרה"ח ר' ליפא שעהנברוין הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 623