כחצות היום, שני לסדר "וצדקה תהיה לנו" (ואתחנן), י' מנחם אב תשפ"ה לפ"ק
עוֹד אֶבְנֵךְ וְנִבְנֵית בְּתוּלַת יִשְׂרָאֵל
(ירמי' לא, ג)
בנין חדש בית רחל ד'סאטמאר וויליאמסבורג יצ"ו
"בנין מאיר זעליג ריספלער"
בנין בית שליש"י בשרשרת "בניני ריספלער" המפוארים.
*
דער שטח פונעם נייעם בנין געפינט זיך אין הארץ פון ניי-וויליאמסבורג, אויף סענפארד סטריט קארנער פארק עוועניו, און וועט ווערן געבויט אלס המשך צו די צוויי יעצטיגע עקזיסטירנדע "בניני ריספלער" וואו טויזנטער תלמידות בית רחל ווערן נתחנך מיט שטאלץ און כבוד.
די חשובע משפחת ריפסלער שיחיו זענען מנדב צו בויען א שפאגל נייער "בנין בית רחל", אנגעהויבן פון גיסן די "פאנדעישאן", אזוי ארויף אלע 6 שטאקן, ממסד ועד הטפחות, כלול בהדרו.
דער שטח פונעם נייעם בנין איז גיגאנטיש גרויס! עס נעמט אריין א גרויסקייט פון 10,000 סקווער פיס, צו בויען דערויף א מעכטיגן פעסטונג לחינוך הבנות, פון פרישע גאנצע 60,000 סקווער פיס פארן באנוץ פון חינוך הבנות.
די ערשטע פאזע פונעם בנין נעמט אריין די ערשטע 2 שטאקן, וואו עס וועט ווערן אויפגעשטעלט א ריזן "אוידיטאריום", "לאנטש רום", און קלאסן. ווי נאר דער שטח ווערט ריזאונט וועט מען ארויפבויען די איבריגע 4 שטאק מיט צענדליגער קלאסן צימער, ביז א גרויסן " שפיל הויף" אויפן דאך, פארן באנוץ פון די תלמידות בית רחל אויף לאנגע יארן בעז"ה.
עווענטועל וועט אין דעם בנין ווערן אוועקגעשטעלט בעז"ה א נייער "חתונה זאל" פארן געברויך פונעם ציבור, אויפן שטייגער פונעם דערנעבנדיגער הערליכער "גינת אסתר" זאלן, אויף וואס דער ציבור קוקט גאר שטארק ארויס.
אז החלו לבנותו! די ארבעט האט זיך שוין פאקטיש אנגעהויבן! און די פלענער זענען פולקאם גרייט אויפצושטעלן בעז"ה א מייעסטעטישער בנין צו דינען אלס באזע פאר חינוך הבנות לאורך ימים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️