בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגד' מנחם אב תשפ"ה7/29/2025

באריכט
זונטאג פרשת דברים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א. עיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר

אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער.

בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו (קר"י). נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעזעגנט די געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, און הב' אשר לעמיל בהר"ר ישראל העניך שעהר שליט"א (קר"י), האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין די ישיבה.

דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד ארום 8:55. בעל תפילה: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו (קר"י).

צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:30.

מאנטאג פרשת דברים

אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר בנימין איידליס הי"ו (וומסב"ג).
- בעל תפילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו (קר"י).
- פתיחה: הרה"ח ר' נתנאל ווערצבערגער הי"ו (וומסב"ג).
- בעל קורא: ר' חיים מענדל אקער הי"ו (קר"י).

- כהן: ר' יעקב זאב כ"ץ הי"ו (קר"י).
- לוי: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א (קר"י).
- שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר בנימין איידליס הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט"א.
- גלילה: ר' בנימין איידליס הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די יארצייטן פון אהרן הכהן און קרייזער רב זצ"ל וועלכע זענען אויסגעפאלן שב"ק ר"ח אב.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער וויאזוי מען דארף אויסנוצן די היינטיגע טעכנעלאגיע לטובה.

דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד ארום 8:55. בעל תפילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.

צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:30.

נאך מעריב האט דער רבי מנחם אבל געווען טעלעפאניש הגאון דומ"ץ קר"י שליט"א וועלכע זיצט שבעה ע"פ אחיו הרה"ח ר' יושע אהרן בערקאוויטש ע"ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️