בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגג' מנחם אב תשפ"ה7/28/2025

באריכט
שבת קודש פרשת מטו"מ, שבת ר"ח מנחם אב, 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, עיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר

אויף דעם שב"ק האבן געוויילט א קבוצה מצויינים מתלמידי המתיבתא סניף קדושת יואל.

ערש"ק נאך די מקוה האבן די פאלגענדע תלמידי הישיבה איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין די ישיבה:

- הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א.
- בנו הב' שמואל ני"ו.
- הב' חיים זאנוויל ב"ר שלמה דוד ווייס ני"ו.
- הב' יואל ברוך ב"ר משה כ"ץ ני"ו.
- הב' יואל זאב נפתלי ב"ר שאול נח ניימאן ני"ו.
- הב' זלמן לייב ב"ר ישראל שלום אונגאר ני"ו.
- הב' משה ארי' ב"ר אברהם יושע גראס ני"ו.
- הב' יעקב אליעזר ב"ר אברהם יצחק שמואל מערץ ני"ו.
- הב' יושע ב"ר אליעזר זוסמאן ראטה הי"ו.
- הב' משה ב"ר יצחק נתן גאנדל הי"ו.
- הב' משה הערש ב"ר שלמה הערשקאוויטש הי"ו.

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש ארום 8:50, און איז צוגעגאנגען צום עמוד צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א מצאנז - מנהל הישיבה. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:20.

נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם ביהמ"ד דקהל יראים צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה און חשובע געסט מאנשי שלומינו און אהנגעהויבן שלום עליכם ברגש ובנעימה, הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען, כל מקדש: הר"ר מענדל פריעדמאן שליט"א, ר"מ בישיבה. מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א, מו"ץ בקהלתינו הק' קר"י ור"מ בישיבה.

דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויף די מסורה 'נחנו נעבור חלוצים' 'כלנו בני איש אחד נחנו' 'נחנו פשענו ומרינו' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון נראה ונדחה אינו חוזר ונראה.

קה אכסוף: הרה"ח ר' יושע גאנז הי"ו (לעיקוואד). ברכת המזון: הרה"ג ר' קלמן הלברשטאם שליט"א. דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון קרייזער רב הרה"ק רבי אהרן הלברשטאם זצ"ל, וואס די יארצייט איז געפאלן בו ביום שב"ק ר"ח אב.

קה רבון עלם: הר"ר בעריש גראס שליט"א (מאנטריאל).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הר"ר ישראל העניך שעהר שליט"א (קר"י). מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:40.

וביום השבת

שב"ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו, (וומסב"ג). פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית און אמירת הלל ברגש ובנעימה.

פארן ליינען איז פארגעקומען דער אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל עקשטיין הי"ו ( קר"י). הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו (קר"י).
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו (קר"י).
- בעל קורא: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' שלום שווארטץ הי"ו (מאנטריאל).
- לוי: הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו (קר"י).
- שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- רביעי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ).
- חמישי: הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א מצאנז.
דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו ( קר"י), דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.

- שביעי: הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו (קר"י).
- הוספות: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
- הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו.
- הרה"ח ר' יצחק ענגלענדער הי"ו (קר"י).
- הרה"ח ר' יעקב מרדכי גראס הי"ו (וומסב"ג)
- הבה"ח משה אהרן בהרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א (קר"י).
- הר"ר בעריש גראס שליט"א.
- הב' שמשון זעליג ב"ר יושע פישער הי"ו.
- הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו (קר"י).
- הב' אברהם ב"ר יואל ווערטהיימער הי"ו (קר"י)
- הבה"ח שמעון מאיר ב"ר יצחק בערנאטה הי"ו - (קר"י).
- הרה"ח ר' יעקב מאיר ווייס הי"ו. (קר"י)
- הבה"ח משה ב"ר הלל ראזענבערג הי"ו (וומסב"ג).
- הרה"ח ר' יוחנן גאנז הי"ו (לעיקוואד).
- אחרון: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו (קר"י).
- הגבה אויפן ערשטן ספר: הבה"ח מאיר בהרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א מצאנז.
- גלילה: הב' יוסף ברוך בהרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א מצאנז.
- מפטיר ר"ח: הרה"ח ר' ישעי' דייטש הי"ו (מאנטריאל).
מ'האט געזאגט די הפטורה פון השמים כסאי כנהוג.
- הגבה: הב' יצחק בהרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א מצאנז.
- גלילה: הב' אברהם שמואל ב"ר ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו (קר"י).

דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף לכבוד שבת ר"ח. פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר שלמה סעקולא שליט"א, ר"מ בישיבה. מען האט געענדיגט ארום 1:30.

דער נאך די סעודא עתיקא קדישא איז רבינו שליט"א אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 3:30, מען האט געזינגען ניגוני גלות וגאולה.

דער רבי האט טועם געווען חלה און קוגל און געוואונטשן לחיים, דער רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות, ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו. ברוך קל עליון: הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א. ברכו נפשי לכבוד ר"ח: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויף די מסורה 'נחנו נעבור חלוצים' 'כלנו בני איש אחד נחנו' 'נחנו פשענו ומרינו' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה. ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 4:15.

רעוא דרעווין

שב"ק פארנאכטס איז דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:50. בעל תפילה: הר"ר מענדל פריעדמאן שליט"א.

- הוצאה והכנסה: ר' קלמן אליעזר ברמ"ש קויפמאן הי"ו - מאנסי.
- כהן: הרה"ח ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו (קר"י).
- לוי: הרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט"א (מאנסי).
- שלישי: ר' בערל ב"ר יודל פערלשטיין הי"ו (ב"פ).

דער רבי איז געגאנגען הגבה, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו (ב"פ), און דער רבי האט זיך באדאנקט.
- גלילה: הב' אלכסנדר משה ב"ר דוד ברא"י ווייס הי"ו (מאנסי).

ביי של"ס איז דער גאנצער ציבור אריבער נעמען שיריים פון די פיש. מען האט אויפגעגעבן מילכיגס כנהוג צו עסן מילכיגס ביי שלו"ס איינמאל א יאר בימי בין המצרים, דער רבי האט אויסגעשמועסט דעם מנהג ביי צדיקי בית סיגוט און צאנז און דער טעם דערפון און דערנאך ארויף געשמירט פוטער אויף די חלה און געטרינקן א קאווע.

- אודה הרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט"א.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו.

ביי די תורה האט דער רבי זיך געשטעלט אויפן פסוק 'אלה מסעי בני ישראל' און ארויסגעברענגט אז דורך דעם דיבור פון הקב"ה פון 'ושבת עד ה' אלקיך' און 'ובחרת בחיים' דאס גיבט די שטארקייט פאר א יעדן איד צו קענען תשובה טוהן און דער דיבור איז א נצחי און האלט אן אפילו היינטיגע צייטן אז יעדער איד זאל קענען תשובה טוהן.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' מרדכי קליין הי"ו (וומסב"ג).
- קל מסתתר: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו.

דער רבי האט געבענטשט על הכוס. צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:25.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 633