בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday26 Tammuz 57857/22/2025

Report
דינסטאג פרשת מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל ב"ר אליעזר ווייס הי"ו (קר"י). בעל תפילה: הב' יושע ב"ר יואל ווייס הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער דעם חיוב פון ברכת הגומל.

דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד ארום 9:00 אזייגער.
בעל תפילה: הב' ליפא ב"ר יואל בר"א גאלדבערגער הי"ו (קר"י).

צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️