זונטאג פרשת מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א. עיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יעקב בר"ד פריעדמאן הי"ו (וומסב"ג).
- ב"ר חיים שאול קאהן הי"ו (קר"י).
- ב"ר יעקב יערמיאש הי"ו (מאנסי).
בעל תפילה: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו (קרית טאהש).
נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעזעגענט די געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד,
עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבער פארשידענע מנהגים וויאזוי מען פירט זיך על אם הדרך, דער רבי האט געטרינקן א לחיים און געוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, גייענדיג אהיים האט זיך פארמירט א שמועס איבער די וויכטיגקייט פון חזרת הלימוד.
דער רבי איז אריין געקומען צו מנחה ארום 8:55. בעל תפילה: ר' אברהם שלמה צין הי"ו (מאנטריאל).
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:35.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
