שב"ק פרשת פנחס, מבה"ח מנחם אב, 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר
אויף דעם שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש א קבוצה מצויינים מתלמידי המתיבתא סניף דברי יואל.
ערש"ק נאך די מקוה האט דער רבי מזכה געווען דעם פת פאר'ן עירובי חצרות וואס ווערט געמאכט ביים ביהמ"ד, דערנאך האט דער רבי אנגעצינדן פינף לעכט ביים עמוד לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה וועלכע איז געפאלן שב"ק כ"ג תמוז, דערנאך האבן עטליכע בחורים איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין די ישיבה, צווישן זיי:
- נכד רבינו הב' יואל דושינסקיא ני"ו.
- הב' נפתלי הערש בהר"ר נחום שמשון שווארטץ שליט"א.
- הב' יצחק הערש ב"ר יואל שטערן הי"ו.
- הב' אשר זעליג ב"ר חיים ישראל קלאגסבאלד הי"ו (לאנדאן).
- הב' שמואל זאנוויל בהר"ר יואל בר"ש בערגער שליט"א.
- הב' יחזקי' פייביל וויינבערגער הי"ו.
- הב' שמואל יודא ב"ר אנטשיל זאלדאן הי"ו.
דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 9:00 אזייגער, און איז צוגעגאנגען צום עמוד.
במשך דעם גאנצן שבת האט דער רבי געדאאווענט אלע תפילות פארן עמוד לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה.
מזמור לדוד הבו לה' האט דער רבי פארגעזאגט פסוק בפסוק כנהוג. מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30. נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם ביהמ"ד דקהל יראים צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה און מערערע געסט מאנשי שלומינו. מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען, כל מקדש: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א (מאנסי). מנוחה ושמחה: הר"ר אברהם יושע ווערצבערגער שליט"א, ר"מ בישיבה.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש צו מען האט געהאט א דין בן נח אדער א דין ישראל פאר מתן תורה.
קה אכסוף: הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א, ר"מ בישיבה. ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א. דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיע"א וואס די יארצייט געפאלט קומענדיגן דאנערשטאג כ"ח תמוז. קה רבון עלם: הר"ר מיכל בערקאוויטש שליט"א בן הגאון הגדול דומ"ץ קר"י שליט"א.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אברהם יעקב מערמלשטיין הי"ו (קר"י). מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:50.
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 9:45, און איז צוגעגאנגען צום עמוד צו פסוקי דזמרה און תפילת שחרית, הלל הגדול און די שירה האט דער רבי פארגעזאגט פסוק בפסוק כנהוג.
פארן ליינען איז פארגעקומען דער אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו און אלע עליות זענען פארקויפט געווארן להחזקת ביהמ"ד.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה פריעד הי"ו (וומסב"ג).
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו (קרית טאהש).
- בעל קורא: הב' משה בהר"ר יצחק קויפמאן שליט"א (קר"י).
- כהן: הב' הבר מצוה ב"ר חיים שאול קאהן הי"ו.
- לוי: הב' הבר מצוה ב"ר יעקב יערמיאש הי"ו (מאנסי).
- שלישי: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
- רביעי: הבה"ח שמואל ב"ר הערשל ניישטאדט הי"ו (ב"פ).
- חמישי: הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעטץ הי"ו (קר"י).
דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
- שביעי: הרה"ח ר' אברהם הערש פריעד הי"ו (מאנטריאל).
- הוספות: הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו (ב"פ).
- הרה"ח ר' יוסף הערש גרינפעלד הי"ו (מאנטריאל).
- הרה"ח ר' יעקב ברוינער הי"ו (וומסב"ג).
- הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו.
- הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו (וומסב"ג).
- הרה"ח ר' יעקב פריעד הי"ו (קר"י).
- הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו (וומסב"ג).
- הבה"ח שאול משה ב"ר יקותיאל יודא מאלח הי"ו (קר"י).
- הרה"ח ר' דוד ראזענבערג הי"ו (מאנטריאל).
- הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א.
- הרה"ח ר' מענדל לעבאוויטש הי"ו (מאנטריאל).
- הרה"ח ר' חיים לאנדא הי"ו (קר"י).
- הר"ר אברהם יעקב יאקאב שליט"א, ר"מ בישיבה.
- הרה"ח ר' יוסף משה פריינד הי"ו, ב"פ.
- הרה"ח ר' מרדכי וועכטער הי"ו.
- אחרון: הרה"ח ר' אהרן מתתי' דייטש הי"ו (מאנסי).
- מפטיר: הר"ר חיים אלישע שטערן שליט"א, רב דקהל חסידים בעיסוואטער.
- הגבה: הרה"ח ר' שלום פנחס באנדא הי"ו (קרית טאהש).
- גלילה: הרה"ח ר' אברהם גאלדבערג הי"ו (קרית טאהש).
-
מען האט געזאגט די הפטורה פון פ' מטות און פ' מסעי.
דער רבי האט ר"ח געבענטשט בהתעוררות רב און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף. פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 1:20.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו די קידושא רבא לרגל די יארצייט, נאך קידוש האט דער רבי טועם געווען מזונות און פיש, בשעת מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי נאכגעזאגט אז דער הייליגער שינאווער רב זיע"א האט אנגעוואונטשן ביי די ערשטע יארצייט פון זיין פאטער דער הייליגער דברי חיים זיע"א אז 'די נשמה זאל האבן אן עלי'ה', און געזאגט אז יעדע נשמה נישט קיין חילוק ווי הויעך ס'איז דארף נאך אלץ האבן אן עלי', און דער רבי האט מסיים געווען און אנגעוואונטשן אז די נשמה זאל האבן אן עלי', מען האט געענדיגט ארום 1:40.
ביי די סעודה עתיקא קדישא איז רבי אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 3:05, מען האט געזינגען ניגוני גלות וגאולה, דער רבי האט טועם געווען חלה און קוגל און געטרינקן לחיים.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען:
- ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו.
- ברוך קל עליון: הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו.
-
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו עס איז דא א מודעא רבה לאורייתא.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:45.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ושל"ש ארום 8:50. נאך קדיש האט זיך דער רבי מתעטף געווען מיטן טלית מיט א ברכה און צוגעגאנגען צום עמוד.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' הערשל בראדער הי"ו (קר"י).
- בעל קורא: הרה"ח ר' יודא פריעדמאן הי"ו (קר"י).
- כהן: הר"ר זלמן לייב ברש"מ פריעדמאן שליט"א, ר"מ בישיבה.
- לוי: הר"ר יואל גרובער שליט"א, ר"מ בישיבה.
- שלישי: הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
- גלילה: הב' משולם ישכר בהר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א (מאנסי).
ביי של"ס איז דער גאנצער ציבור אריבער נעמען שיריים פון די פיש.
- אודה: הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו.
- שיר המעלות: הר"ר אברהם יעקב יאקאב שליט"א.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי מעל בני ישראל' און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז יעדע איד האט דעם שם הוי"ה אויף זיין פנים אבער אויב געט מען זיך נישט אכטונג אויף די אויגן פארלירט מען עס, און צוליב דעם איז דאס ביהמ"ק חרוב געווארן וויבאלד מען איז נישט געווען אפגעהיטן בעניני קדושה ושמירות עינים, דער רבי האט מאריך געווען בדברי מוסר אז יעצט ווען מען שטייט אין די ימי בין המצרים און 'כל שלא נבנה ביהמ"ק בימיו כאילו נחרב בימיו' במילא אויב איז דאס ביהמ"ק חרוב געווארן צוליב'ן חטא פון שמירות עינים דארף מען אין די טעג מאכן גדרים וסייגים אין די ענינים און אזוי וועט מען זוכה זיין צו ביאת גואל צדק בב"א.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו (וומסב"ג).
(קל מסתתר: הרה"ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו (מאנסי).
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיע"א וואס געפאלט דעם דאנערשטאג כ"ח תמוז.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, און הב' משולם ישכר בהר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.
מען האט געענדיגט ארום 11:15.
ארום 12:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו די סעודת מלוה מלכה לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיע"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור, מ'האט געזינגען די זמירות, און
מ'האט געזינגען אני מאמין בביאת המשיח פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעוררות, דערנאך האט דער רבי פארציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט ובפרט פון זיין גרויס השתוקקות צו די גאולה שלימה, מען האט געענדיגט ארום 1:10.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
