דאנערשטאג פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו (וומס"ב). בעל קורא: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו (וומסב"ג).
- לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב"ג).
- שלישי: רבינו שליט"א, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' טובי' גאלדשטיין הי"ו (וומסב"ג), און דער רבי האט זיך באדאנקט.
- הגבה: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' משה ברוך שווארטץ הי"ו (וומסב"ג).
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס בסיפורי צדיקים פון הרה"ק רבי ישכר בער מבעלזא זיע"א.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 9:05.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע שלמה פעקעטע הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40.
נאך מעריב האבן די פילע געסט שלום גענומען.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
