מאנטאג פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א. בעטלהעם, ניו העמפשיר.
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.
בעל תפילה: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב"ג). בעל קורא: ר' יוסף בר"א סימאן הי"ו (קר"י). כהן: הרה"ח ר' זושא ווייס הי"ו (וומסב"ג). לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו. שלישי: רבינו שליט"א, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' בערל קאצנער הי"ו (ב"פ). און דער רבי האט זיך באדאנקט. הגבה: הגה"צ ר' יוסף מענדל פאנעט שליט"א - אדמו"ר ממעגלי צדק דעעש ב"פ. גלילה: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו (וומ"ס).
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00.
בעל תפילה: הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א (קר"י).
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40.
דינסטאג פרשת פנחס
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:40.
בעל תפילה: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו.
נאכן דאווענען האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיטן לאנגיעריגן חברותא הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א, דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די נעכטיגע בחינה דורך חבורת תורתך שעשועי ווי קרוב צו פינעף טויזענט אנ"ש איבער דער גארער וועלט האבן געמאכט די ערשטע בחינה פונעם צווייטן מחזור.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 9:05.
בעל תפילה: ר' שלמה מנשה ברמ"ד היילברוין הי"ו (קר"י).
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40.
בעל תפילה: הר"ר חיים אלישע שטערן שליט"א - רב דקהל חסידים בעיסוואטער.
נאך מעריב איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש הגה"צ רבי יעקב ראטטענבערג שליט"א - אבד"ק סאלקא מאנסי, וועלכע געפינט זיך אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אין די דערנעבנדיגע PMR רעזארט. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים לבית זידיטשוב, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
