בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ט תמוז תשפ"ה7/15/2025

באריכט
מאנטאג פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א. בעטלהעם, ניו העמפשיר.

אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.

בעל תפילה: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב"ג). בעל קורא: ר' יוסף בר"א סימאן הי"ו (קר"י). כהן: הרה"ח ר' זושא ווייס הי"ו (וומסב"ג). לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו. שלישי: רבינו שליט"א, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' בערל קאצנער הי"ו (ב"פ). און דער רבי האט זיך באדאנקט. הגבה: הגה"צ ר' יוסף מענדל פאנעט שליט"א - אדמו"ר ממעגלי צדק דעעש ב"פ. גלילה: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו (וומ"ס).
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה.

דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00.
בעל תפילה: הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א (קר"י).

צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️