בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday17 Tammuz 57857/13/2025

Report
שבת קודש פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צו נאכטס ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און איז צוגעגאנגן צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:40. נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פאר כוללינו 'מבצר הלומדים' אין וומסב"ג. דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אהנגעהויבן שלום עליכם ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הרב יוסף נפתלי לייפער שליט"א (בית שמש).

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען, כל מקדש: הרב יוסף נפתלי לייפער שליט"א. מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב"ג).
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק ויגר מואב מאוד כי רב הוא און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען זאגט בל ייחל דברו ביי א גוי.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו (בני ברק). ברכת המזון: הגה"צ רבי אברהם עקשטיין שליט"א - גאב"ד בוענאס איירעס (וומסב"ג).

עובדות וסיפורים די וואך האט דער רבי דערציילט פון זקינו הגה"ק רבי משה דוד אשכנזי זצ"ל מטאלטשאווע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג י"ח תמוז. קה רבון עלם: הרב נחמן בראך שליט"א (בית שמש).

די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' יואל בר"מ ווידער הי"ו. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו (קרית טאהש). מען האט געענדיגט ארום 1:50.

וביום השבת

שבת אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 9:45.
ברכות: הר"ר יואל בר"ב שטיין שליט"א (וומסב"ג). פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב"ג).
דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ.
- הולכת הס"ת לבימה: הר"ר יוסף הערש מיללער שליט"א (וומ"ס).
- כהן: הרה"ג ר' אהרן איזריעל שליט"א, ראה"כ ברך משה דקהלתינו הק' מאנסי.
- לוי: הרה"ח ר' יושע ארי' גראס הי"ו.
- שלישי: החתן מרדכי בהר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
- רביעי: החתן אלימלך ב"ר אהרן זאב פאלאטשעק הי"ו.
- חמישי: החתן דוד ארי' ב"ר אשר יצחק ווידער הי"ו.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' אברהם שלמה איזראעל הי"ו.
- שביעי: החתן אברהם צבי ב"ר שמואל לאנדא הי"ו.
- אחרון: ר' שלום עמרם צוויבל הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' וואלף בר"מ לאנדא הי"ו.
- גלילה: הב' אלעזר בהרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
-
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע"ה וואס געפאלט דעם קומענדיגן שב"ק כ"ג תמוז. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שלום יוסף הערשקאוויטש הי"ו (וומסב"ג). מען האט געענדיגט ארום 12:25.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 9:05.
מנחה: הרה"ח ר' חנני' שמואל ווערצבערגער הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי בער מאשקאוויטש הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' מענדל מאיר גליק הי"ו (וומסב"ג).
- לוי: הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו.
- שלישי: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם גוטמאן הי"ו (וומסב"ג).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען, אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' שמחה יאזשעף הי"ו (לאנדאן).
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כי מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו' און ארויסגעברענגט אז תשובה ניצט נאר ביי כלל ישראל וויבאלד מען שטאמט פון יעקב אבינו וואס איז מידת האמת, משא"כ די אומה"ע וואס זענען דבוק במידת השקר ניצט נישט קיין תשובה וויבאלד א שקרן קען נישט זיין במחיצת הקב"ה, און דאס איז געווען די סיבה פון חורבן ביהמ"ק וויבאלד כלל ישראל איז נישט נזהר געווען במידת האמת האט הקב"ה נישט מקבל געווען זייער תשובה אויף די הארבע עבירות,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי מוסר זאגענדיג אז מען טרעט יעצט אריין אין די ימי בין המצרים דארף מען זיכער מאכן זיך צו מחזק זיין נאר דבוק זיין אין מידת האמת און זיך מרחק זיין פונעם מידת השקר, און אין דעם זכות וועט מען זוכה זיין אז והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה בביאת גואל צדק בב"א.

ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס. הגבהת הכוס: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע"ה וואס געפאלט דעם קומענדיגן שב"ק כ"ג תמוז.

נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, און מען האט ארויסבאגלייט בשירה וזמרה לרגל דאס אפרייזן היינט זונטאג אויף מנוחת הנפש קיין בעטלעהעם ניו העמפשיר.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.

נאך הבדלה האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אהרן דוד ברא"י רובינשטיין ע"ה.

בביתו נאוה קודש זענען אריין בקו"פ תשובי שכונת זרע קודש אינאיינעם מיט הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דקהלתינו הק' און חברי וועד הרחבת גבולי העיר ווי מען האט אויסגעשמועסט און איבערגעגאנגען די פלענער צו צובויען און פארברייטערן דאס יעצטיגע ביהמ"ד אין די שכונה, דער רבי האט אויסגעפרעגט אלע פרטים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 1:15 איז דער רבי אריבערגעגאנגן אויף א קביעות מזוזה אין ביהמ"ד החדש 'דברי שמחה ציעשנוב' בראשות הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן שער הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, און דערמאנט ווען ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין קרית יואל מיט 28 יאר צוריק ווי דער פעטער זאל זיין געזונט מרן רבינו שליט"א איז אים געשטאנען צו די האנט און ארויסגעהאלפן אזוי געטריי, און דאס האלט נאךמאז ועד עתה ועד היום הזה. דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און פאר אלע מתפללי הביהמ"ד, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען ברכת הקודש און ארויסגעברענגט די שיינקייט פון דעם ביהמ"ד מיט אירע פילע מתפללים און לומדים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן רב שליט"א ער זאל ווייטער קענען מלהיב זיין לבבות ישראל עד ביאת הגואל, מען האט געענדיגט ארום 1:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️