פרייטאג ערש"ק פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת 'בנין קליין' אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר שלמה נח היילברוין שליט"א.
ביים אנקומען איז דער רבי קודם אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר שמואל עוזר ווייס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, ווי מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן בר מצוה בחור און פאר אלע מלמדים און קינדער, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון די אינגע יארן וואס אין די יארן דארף מען זיך אויסלערנען צו לערנען גמרא מיט רש"י און צו דאווענען מיט כוונה, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא הירש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד.