דינסטאג פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל מאיר דייטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם אויף די דזישיקוב גאס בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט ישיבה גדולה סניף עסק התורה - מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יצחק יואל ווייזער הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, דערנאך איז פארגעקומען אן אסיפה אינעם ביהמ"ד שע"י בית השחיטה פאר די שוחטים ובודקים והעוסקים במלאכת הקודש, ווי דער רבי האט זיי געזאגט דברי חיזוק והדרכה. אהנגהויבן מיט דברי שבח אויפ'ן בית השחיטה וועלכע האט זיך געעפנט מיטן ציהל צו קענען אהערשטעלן כשר פלייש אויפן העכסטן סטאנדארט פאר אידן מדקדקים בכשרות איבעראל, און תלי"ת האט עס מצליח געווען און האלט שוין אן פאר קרוב צו 25 יאר כולן שוין לטובה צושטעלנדיג פלייש מיט אלע חומרות והידורים, וואס רוב דערפון איז ב"ה במשך השנים געווארן א סטאנדארט אויך אין אנדערע מקומות השחיטה. דער רבי האט ארויסגעברענגט די זכי' וואס די שוחטים ובודקים האבן דאס אהערצושטעלן, און די שטארקע אחריות וואס יעדע שוחט ובודק דארף האבן אין אלע תחומי החיים, מקפיד צו זיין אפי' אויף חומרות אין זייער טאג טעגליכן לעבן. דער רבי האט ארויסגעברענגט די נאכאנאנדע וואוקס פונעם בית השחיטה, און ווי עס פארברייטערט זיך שטארק אין די לעצטערע יארן אויף א פארנעם וואס מהאט זיך קיינמאל נישט געגלייבט, דעריבער האט דער רבי מחליט געווען ממנה צו זיין די "רבני ועד הכשרות דקרית יואל" ארויסהעלפן לימין קדשו, ואלה מוסף על הראשונים, ארויס צו העלפן אנצוהאלטן דעם כשרות סטאנדארט ביתר שאת וביתר עוז. און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו אז מ'זאל ווייטער קענען מרבה זיין כשרות ביי אידידע קינדער און א ברכת הקודש פערזענדליך פאר די שוחטים און בודקים און פאר די הנהלת בית השחיטה.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו לרפו"ש ווי עס איז פארגעקומען א שבע ברכות לכבוד נשואי נכדו למז"ט, החתן בן לבנו הרה"ג ר' יעקב אלעזר ז"ל - רב דביהמ"ד הלכה ברורה, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און עקסטער פארן זיידן הרה"ח ר' יושע הי"ו לרפו"ש וגמורה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
אום 7.15 איז רבינו שליט"א אריינגעפארן קיין וומסב"ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. ארום 8:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
מיטוואך פרשת בלק
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: - ב"ר ישעי' יודא בערקאוויטש הי"ו. - ב"ר יחזקאל יודא גליק הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט זיין טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק י"ב. און דאן איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין דו ישיבות סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אשר יצחק ווידער הי"ו און הרה"ח ר' יואל חיים משה מיללער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד. און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן זאב גלויבער הי"ו און הרה"ח ר' יואל יו"ט יאזשעף הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס. און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יעקב שטערן הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ה גאנץ הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 1:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה איז דער רבי אריין אינעם זאל בביתו נאוה קודש ווי עס זענען אנוועזנד געווען פילע בחורים פון אלע סניפי הישיבות קטנות פון קר"י וועלכע האבן אריינגעברענגט פון טויזענט דאלער און העכער ביים 'פקודת הקודש' קאמפיין פארגאנגענעם בין הזמנים לטובת מוסדותינו הק'.
דער רבי האט געהערט א באריכט פון די הנהלת המוסדות און משמיע געווען ברכת הקודש און פארטיילט פאר די גבאים א סעט חידושי תורה מהר"י ט"ב - מסיבות, און פאר אלע בחורים א מתנה ספרו לב אהרן - סוגיות.
רבינו שליט"א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו און הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ, און פון די מחותנים הרה"ח ר' בנימין כהן הי"ו און הרה"ח ר' יעקב חיים פאללאק הי"ו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך מעריב איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ ר' טוביה שטערן שליט"א - גאב"ד מירון, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבער פארשידענע תיקונים וואס מען מאכט צו מוסיף זיין בקדושת המקום באתרא קדישא מירון, ווי אויך האט דער רבי ארומגערעדט מיט שטארקע געגועין פונעם גרויסן שבת אין מירון - שבת פקודי תשע"ו, און די גרויסע השתוקקות צום בעפארשטייענדן גרויסן שבת קודש פ' תולדות הבעל"ט וואס רבינו שליט"א וועט פראווענען באתרא קדישא אין מירון סמוך ונראה צום ציון המציינת פונעם תנא אלוקי רשב"י. דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו מ'זאל קענען ממשיך זיין און שטיין על המשמר צו היטן אויף קדושת המקום.